א האג אין מקוה

אגב פרויד איז געווען א חידוש אין זיין צייט. אבער היינט ווייסט מען א סאך מער

ווי צום ביישפיל?

______

איך בין מסכים אז די קאנצענסוס היינט איז מער גענויגט צו קאגניטיוו און ביהעיוועראל מעטאדן, די סיבות דערפאר זענען בעיקר פראקטישע און נישט סייענטיפישע.

פרויד איז געווארן אפגעפרעגט אויף געציילטע קליינליכע פרטים (Psychosexual developmental stages, Oedipus complex) אבער אסאך פון זיינע שיטות זענען קאי וקיים נישט נאר אין מאדערנע פסיכא-אנאליסיס נאר אין כמעט יעדע אנדערע טאלקינג-בעיסד טעראפי.

זיינע שיטות זענען פראבלעמאטיש אין טייל ווייל עס איז אומפאלציפירבאר אבער נישט ווייל עס איז געווארן פאלציפירט..

לסיכום, אויב ווילסטו הערן מער דערוועגן, און איבער די פראבלעמען פון די אלע 'עווידענס בעיסד טעראפיס', איז Jonathan Shedler זייער וואקאל אין דעם תחום, האבענדיג ארויסגעגעבן פאפירן און געטון אסאך ריסערטש דערין. פאלגענד איז איין ווידעא ווי ער רעדט דערפון, (פאר מער קענסטו אויך ליינען מיין אשכול אין ק"ש דערוועגן).

View: https://www.youtube.com/watch?v=JmuDzOpndtI
 
וואסער ברענגט א שטארקע רואיגקייט
אזוי אויך א שויער ברענגט א שטארקע נאנטקייט צווישן צוויי מענטשן
😂😂😂
נאכדערצו ווען בעפאר די שויער האבן די צוויי געשמעקט פון שווייס…
 
דורך ליינענדיג דעם שנירל הייבט מיר אן ווערן פאענטפערט פארוואס איך זיץ אין בור יעדן טאג פאר איבער א שעה
א שאד מען קען נישט נעמען אזא חסידישע זאך ווי א מקוה און עס נעמען נעקסט לעוועל צו אנהייבן געבן א האג ווען די זעסט א חבר און מקוה דארף עס
 
וואס הייסט? זיי מסביר פאר די שאינה יודא לשאול׳ס
מיינסט איך ווייס??!
איך שפיי אויס וואס מ'האט אריינגעלייגט אין מיר
און וואס מ'האט מיר געזאגט - אן קיין הסבר
לאו דוקא אז דער וואס האט עס מיר געזאגט ווייסט
 
לעצט רעדאגירט:
מיינסט איך ווייס??!
איך שפיי אויס וואס מ'האט אריינגעלייגט אין מיר
לאו דוקא אז דער וואס האט עס מיר געזאגט ווייסט
איינער האט דיר געלערנט אז מים איז די מקור התאוה? קים אריין קלאר ווער האט דיר אזוי געלערנט אין פארוואס?

איך וויל צוקימען צו פארשטיין די תאוה…
 
בין איך יעצט געוואר געווארן פון א נייעם דערהער.
איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'איז דא אזא תאווה, זיכער נישט אז ס'איז א נושא גאר...

אפשר האסטו געמיינט צו זאגן בועל זיין יענעמס מאמע?

עכ"פ אויב פארמירט זיך שוין די סובקאנטשעס אויף אזוי ווייט במעי האם, דארף מען טאקע איבערקלערן דעם עבארשען אישו.
זייער א שטארקע טשאנס איז זענט נאך נישט גבוירן [לויט די טעאריע...] און מילא ביסטו נאך אין דיין מאמע.
אויב אזוי שטימט שוין אויך פארוואס דו ביסט קעגן עבארשען...
 
לא זכיתי להבין..

כ'פארשטיי דו פראבירסט צו חוזק'ן, אבער איך מיין אז איך האב נישט געשאסן קיין ווערטער קוגל אין די וועלט אריין.

די מח פארמירט אירע העביטס און זייער אסאך פון אירע סובקאנשעס פונקציעס שוין אזוי פרי ווי עס ווערט באשאפן, נעם די מוסקלען און געוויסע מאטאר סקילס, דאס אלעס איז דאך פשוט אז זיי ווערן איינגעבאקן אינעם מח שוין פון איר עקזיסטענס, אזוי אויך ווערן זייער אסאך פון געוויסע געפילן און רעאקציעס דעמאלס פארמירט, א שטייגער ווי די קאמפארטינג געפיל, וואס איינמאל דאס קינד ווערט געבוירן און דערזעט זיך און א פרעמדע וועלט האט זיין מח די גאנצע צייט אזא urge צו האבן די פריערדיגע רואיגקייט צוריק...

איז עס אזוי מאדנע? איז עס דיר ממש נישט עולה על הדעת?

יא איך מאך נאר שפאס פון וואס טייל נעמען ערענס און טייל מאכן דאן אינגאנצען אוועק...

איך בין נאר געגאנגען מיט איין טריט פארן מוטערטראכט און דאס איז אין קבר פון פאריגע גילגול... דארט פארמירט דער מוח אויכעט אירע העביטס און זייער אסאך פון אירע סובקאנשעס פונקציעס...
 
איינער האט דיר געלערנט אז מים איז די מקור התאוה? קים אריין קלאר ווער האט דיר אזוי געלערנט אין פארוואס?

איך וויל צוקימען צו פארשטיין די תאוה…
אזוי זאגט מען ביי חסידים ע״פ קבלה
 
Back
Top