טרעפן דיין באלעבאס אין מקוה

איך ווייס נישט אויב סקומט אריין דא צו נישט, אבער עניוועי.

א איד האט מיר פארציילט אז ווען ער איז געווען א בחור אין די יארן, האט מען פאר אים גערעדט עפעס א שידוך וואס איז גראדע געווארן ביים ענדע.

אפאר וואכן פאר די שידוך איז ער געווען ערגעץ אין אן אWקערד פלאץ, ווען ער באמערקט ווי איינער קוקט אויף אים.

נישט האבנדיג קיין אהנונג וויאזוי זיין צוקונפטע מחותן קוקט אויס, האט ער זיך געקענט שווערן אז יענער איז זיין מחותן.

די אויגן... די בליקן... דאס איז "מחותן אויגן"...

למעשה ביים שידוך, זעענדיג ווער זיין מחותן איז, האט ער געזעהן אז ער האט זיך טועה געווען. ס'נישט געווען זיין מחותן.

ביים תנאים אבער, האט די מחותן פארציילט פאר'ן חתן אז זיין נאנטע קרוב האט אים באמערקט אין יענע פלאץ דעמאלטס, און ער האט אים נאכגעקוקט און ער איז נתפעל געווארן פון אים...

בקיצור, מ'קען נישט פאפן קיין בליקן.
 
זיל פארענטפערא בטעות גע'עפענט ווייל איינער האט געשיקט א לינק......
איך האב שנעל פארדרייט די שמועס
אבער די שמועסן נאכדעם איז געווען אומבאקוועם?
אדער אלעס איז געווען געהעריג, ווייל ער איז בכלל נישט שולדיג אז איינער האט אים עס געשיקט...?
 
איך האב מיך יעצט אנגעטראפן מיט מיין באלעבאס אין מקוה
ברוך השם אז כ'ארבעט פאר א באטעמטע מענטש וואס כ'פלעג שוין פארברענגען מיט אים נאך פארן אנהייבן ארבעטן פאר אים
בינעך געזעצן און געשמועסט מיט אים אין בור

אבער ס'האט מיר ארויפגעברענגט א שאלה
וואס טוסטו ווען די טרעפסט דיין באלעבאס אין א Akward פלאץ?
לאו דווקא אין מקוה און לאו דווקא דיין באסס
נאר זיי וואספארא מענטש וואס די האסט א געוויסע רילעישאנשיפ מיט אים און טרעפסט אים אמאל אין א פלאץ וואס שטימט נישט מיט דעם

ריפליי מיט די בעסטע מעשיות וואס האסט אמאל געהאט אין די נושא
פארדעם האבן טאקע רוב בתי מדרשים צוויי בורות....
אויב דו האסט זיך אנגעטראפן מיט אים, אין די ארבעט'ס שעות, דאס איז שוין א גרעסערע פראבלעם.
 
וואס איז awkward? ווען דו טרעפסט עם ביי א ילביש שחורים פלאץ איז א פראבלעם.
דו ביסט דאך א שיינע איד....
וואלסט געדארפט פארשטיין די פראבלעם פון אנטרעפן איינעם ביי א פלאץ, װי די ''שיינע אידן'' פראבירן איינצורעדן אז זיי דרייען זיך נישט דארט.
 
Back
Top