שלאפן אין באנק

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
774
רעאקציע ראטע
2,693
פונקטן
423
איך בין יעצט אויף א באזוך אין די גאלדענע אמעריקע פאר אפאר טאג
זייענדיג דא האב איך געדארפט אריינלייגן קעש אין מיין אמעריקאנע באנק קאנטע, האט מיר א חבר גענומען צום נאנסטן ברענטש, אוואדאי האט יענע נישט געארבעט בינעך געגאנגען צום נעקסטן אפאר גאסן אוועק.
מיין וועלקאם איז געווען א מענטש שלאפן אין די ATM שטיבל
קודם האב איך אביסל מורא געהאט אבער למעשה האב איך געטוהן מיינס און געגאנגען ווייטער.

איך וויל פארשטיין אפאר זאכן פון די היזיגע סיטי איינוואוינער
1. איז דאס אן אפטע ערשיינונג?
2. וואס טוסטו ווען די טרעפסט זיך אן אין דעם?
3. איז דא וואס צו טוהן דערוועגן?
4. פארוואס גייט ער נישט צו א שעלטער?
5. קענען פאליטישאן'ס אפי' העלפן מיט די האומלעס פראבלעם?
6. איז דאס א נייע זאך אדער ס'אייביג געווען?

קלארשטעלונג; איך שרייב די שורות בשעת וואס ס'איז 10 אונטער 0 סעלסיוס, קען זיין די וועטער איז שולדיג - אבער סיי וויאזוי בינעך נייגעריג בכלל איבער די האומלעס פראבלעם און עני סאלושען'ס וואס די האלטסט אז מ'דארף טוהן
 
איך בין א privileged מענטש וואס האט ב"ה א דאך איבער'ן קאפ און קען זיך לייגן שלאפן אונטער מיין ווארימע דעקע, אבער ס'דא זאכן וואס האבן מיר אביסל געעפנט די אויגן צו פארשטיין וואספארא ברכה דאס איז, און ווי שטארק מיין הארץ ווייטיגט היינטיגע צייטן ווען איך זעה איינעם וואס האט נעבעך נישט אזא בעיסיק באדערפעניש וואס א מענטש מוז האבן: א ווינקעלע אין די וועלט צו רופן זיין אייגענע ד' אמות.

1. איך אליין בין געבליבן היימלאז פאר א קורצע צייט - ב"ה משפחה האט ארויסגעהאלפן (long story דער לענדלארד האט אונז ארויסגעווארפן ווייל ער האט דעסיידעט ער מוז האבן די דירה פאר זיינס א קרוב, און איך האב נישט געהאט קיין אהנונג אז לעגאלערהייט קען ער נישט סתם ווארפן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, ס'דא א פראצעס. אבער ליידער בין איך נישט educated און דעמאלס בין איך געווען יונג און אסאך מער אומוויסנד ווי היינט, האב איך זיך געטראפן אין דעם ביטערן פארלעגנהייט און ס'געווען זייער שווער זיך צו שלעפן מיט קליינע קינדער צו א "געבארגטע בעט פון א שוועסטער" ביז איך וועל טרעפן א דירה פאר מיין געזונדל).

2. אפילו נאך די אויבנדערמאנטע איבערלעבעניש וואלט איך נאך אלס מסתם נישט צוזאמענגעשטעלט און געטראכט פון וואס א היימלאזער מענטש גייט נעבעך אדורך, און וואלט מסתם זיכער ווי דיר נאר געווען annoyed אויף "מיין אייגענע אומבאקוועמליכקייט" פון דארפן זעהן א מענטש וואס וואלגערט זיך אין גאס אן קיין פארזיכערונג פון וואו זיין נעקסטע שטיקל ברויט וועט קומען, אדער חלילה פרירן צום טויט פון די שרעקליכע קעלט אויב טרעפט ער נישט א פלאץ אויסצושטרעקן די גלידער (בד"וו אסאך פון זיי מוזן נעבעך אויפזיין גאנצע נעכט ווייל די סאבוועי און אנדערע פאבליק פלעצער זענען פארשפארט, מוזן זיי אפרוען זייער פארמאטערטע קערפער אין טאג ווען עס עפנט זיך צוריק אויף).

אויב דו ווילסט הערן פון איינעם וואס איז אמאל געווען HOMELESS און איז מסביר פ"וו מ'קען נישט אלעמאל גיין אין א שעלטער, קענסטו הערן דא:
https://www.npr.org/2012/12/06/166666265/why-some-homeless-choose-the-streets-over-shelters

ס'דא נאך 2 שטארקע נקודות וואס איך וויל צולייגן נאר איך האב נישט יעצט די צייט אויף דעם, וועט מען מוזן ממשיך זיין שפעטער און לאזן the best for last

קרעמל.png
 
מיין הארץ גייט אויס צו הערן אז דו ביסט דורך אזא פרשה,
איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ביי אונז היימישע אידן איז דא ממש מענטשן וואס טרעפן זיך אויף דער גאס.
 
איך בין יעצט אויף א באזוך אין די גאלדענע אמעריקע פאר אפאר טאג
זייענדיג דא האב איך געדארפט אריינלייגן קעש אין מיין אמעריקאנע באנק קאנטע, האט מיר א חבר גענומען צום נאנסטן ברענטש, אוואדאי האט יענע נישט געארבעט בינעך געגאנגען צום נעקסטן אפאר גאסן אוועק.
מיין וועלקאם איז געווען א מענטש שלאפן אין די ATM שטיבל
קודם האב איך אביסל מורא געהאט אבער למעשה האב איך געטוהן מיינס און געגאנגען ווייטער.

איך וויל פארשטיין אפאר זאכן פון די היזיגע סיטי איינוואוינער
1. איז דאס אן אפטע ערשיינונג?
2. וואס טוסטו ווען די טרעפסט זיך אן אין דעם?
3. איז דא וואס צו טוהן דערוועגן?
4. פארוואס גייט ער נישט צו א שעלטער?
5. קענען פאליטישאן'ס אפי' העלפן מיט די האומלעס פראבלעם?
6. איז דאס א נייע זאך אדער ס'אייביג געווען?

קלארשטעלונג; איך שרייב די שורות בשעת וואס ס'איז 10 אונטער 0 סעלסיוס, קען זיין די וועטער איז שולדיג - אבער סיי וויאזוי בינעך נייגעריג בכלל איבער די האומלעס פראבלעם און עני סאלושען'ס וואס די האלטסט אז מ'דארף טוהן
אינטערסאנט צו הערן, די ערשטע מאל איך האב געזען א מענטש שלאפן אין באנק איז גראדע געווען נאך מיין חתונה דא אין מאנטריאל ביי די CIBC אויף בערנארד און בלאומפיעלד.
 
איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ביי אונז היימישע אידן איז דא ממש אידן וואס טרעפן זיך אויף דער גאס
ב"ה עס איז טאקע נישט דא.
איך וויל נישט זיין אומסענסיטיוו צו ליאו אבער ווען מען רעדט פון היימלאזיקייט, רעדט מען נישט פון זיין מצב. ער האט ב"ה געהאט משפחה אויף וועמען זיך אנצולאנען.

אין די אלגעמיינע וועלט זענען דא מיליאנען מענטשן וואס ווען א פרעמדער הערט אז ער/זי איז היימלאז, ווארפט מען א רחמנות בליק, א שאקל מיטן קאפ, אפשר אויך אפאר גרייצער און מען גייט ווייטער. דא ענדיגט זיך עס. דו האסט נאך קיינמאל נישט געזען א חרדישע משפחה שלאפן אויף די גאס.
 
דו האסט נאך קיינמאל נישט געזען א חרדישע משפחה שלאפן אויף די גאס.
אונז זענען משפחה, א טראומעטאזירטע משפחה מיט זאכן אונטערן ראג, מיר זענען נישט פערפעקט, אבער משפחה בלייבט משפחה.

אונז האבן געליטן צוזאמען און זיך געהאלפן איינער דעם צווייטן.

משפחה קומט צו לויפן ווען מ'זעהט א מיטגליד אין סכנה.

(אמאל דארף מען אוועק פארן מיילן ווייט זיך אויסלופטערן נאר צו זען אז מ'האט אויך גוטע געשוויסטער מיטן הוט און רעקל, און צדיקים זענען נישט אזוי תמימותדיג נאר אמת'דיג.)
 
Back
Top