חכמת בני קדם (אביסל וועגן אלטערטימליכע סטרוקטורן)

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
247
רעאקציע ראטע
1,997
פונקטן
223
א סך גיגאבייטס איז שוין אויסגעגאסן געווארן איבער דער נושא, איך קום דא גארנישט מחדש זיין, אויך נישט אריינגיין לאמיתה של ענין, נאר זיך לאזן חול המועד האלטן איבער אן אמוזירנדער טעמא, און דער ארטיקל וועט מעגליך האבן א נאכפאלגנדער ארטיקל. דאס ליגט מיר שוין א שטיק צייט אין די ארכיוון, ארגינעל צוגעגרייט פאר א מאגאזין וואס איז נישט אריין לסוף, ליינט און האט הנאה:

עס זענען היינט דא אזעלעכע היסטאריקער, מיט אייגענע שעפערישע מהלכים, אזעלעכע קאנספיראטיקער,. נאך פארשידענע אלטערטימליכע אנטדעקונגען און טיפע פארשונגען צוזאמען מיט אביסל שעפערישע פאנטאזיע, זענען זיי געקומען אויפן מיינונג אז ערגעץ אין די ווייטע אמאל, טאקע דוקא אין די גאר ווייטער אמאל, האט איבער די וועלט געהערשט א גאר קלוגער מענטשהייט, פיל קלוגער ווי די שפעטעריגע פארצייטיגער.

בנינים, געהאקטע שטיינער, סטאטויעס, אויסקריצונגען, אויסשניצונגען, כלים, מיטן צוגאב פון מיסטעריעזע שריפטן, געשאצט אדער דאטירט צו זיין צום ווייניגסטנס פיר צו פינף טויזנט יאר אלט. אט זיי זענען באווייזן פאר א גאר אינטעליגענטע רעפענירנדע ציוויליזאציע, וועלעכע האבן פארמאגט גרויס חכמה און אפילו איבער קראפט.

האט איר חשובע ליינער געהערט פון די עגיפטישע פיראמידן? אט זיי זענען איינע פון די הויפט געביידעס אויף וואס די באווייזן זענען באזירט. די ארכעלאגישע מומחים זענען היינט אלע מסכים פה אחד, אז די פיראמידן זענען פיל עלטער ווי די צייטן פון שעיבוד מצרים. אט זיי, און ווי אויך אנדערע אלטערטימליכע געביידע איבערבלייבענישן איבערן כדור הארץ, געשאצט צו זיין גאר אלט, אלע זענען זיי געבויט מיט גיגאנטישע שטיינער, אזעלעכע אויסטערלישע גרייסן און פונטקליכע אויסהאקענישן, וואס מיט די געוויינדליכע פֿארצייטישע מכשירים וואלט מען אזא געבוי נישט געקענט באווייזן.

אפילו די מעכטיגע רוימער, די מומחים אין געביידעס, מיט טויזנטע יארן שפעטער, קענען זיך מיט אט די אור אלטע סטרוקטורן ווייט נישט פארמעסטן.

איז דאס נישט עדות אז ערגעץ אין די פאר-געשיכטליכע צייטן האט א הויעך אנטוויקלטער ציוויליזאציע עקזיסטירט?!

נאך מער אינטרעסאנט איז אז אזעלעכע אלטערטימליכע אנטוויקלטע געביידעס זענען פארהאן אימעטום, נישט בלויז אויף איין ארט אין די וועלט, און נישט געקוקט אויף די ווייטקייט איינע פון אנדערן, ווי ענליך זענען טייל פון זיי איינע צום אנדערן, ווי למשל דער פיראמיד וואס מען געפינט סיי אין מצרים, סיי אין מעקסיקע, און אפילו אין יוגאסלאוויע און אינדיאנעזיע. דאס זעלבע איז מיט אן אלוועלטליכער ענליכקייט צווישן די טעמפלען און פאלאצן טויערן. באזונדער ענדליך זענען די סטרוקטורן און כלים צווישן אלט עגיפטן און אלט פערו: די גאלדענע מאסקעס, די פאלמירטע קערפערס, און אפילו שיפלעך.

הייסט דאס אז די ציוויליזאציע איבער דער וועלט איז אמאל געווען פאראייניגט? אויב יא, מיינט עס דאך אן ספק אז די יעניגע האבן געקענט שיפלען איבער די גרויסע אפענע אוקינוס'ן.

אבער ווארט, אפשר איז דאס אלעס פארגעקומען נאך איידער די קאנטינענטן האבן זיך פינאנדערגעשיידט? נע, אודאי נישט, עס האבן אין די בעפאר פינאנדערשיידונג תקופה קיין מענטשן נאך נישט עקזיסטירט. אפנים, אן ספק, די יעניגע פרע היסטארישע האבן געשפרייזט ימים.
און ווארט, דאס איז נאך נישט אלעס מיט די בנינים. מיט מאטעמאטישע און געאמאטרישע חשבונות לויט ווי די געביידעס זענען געקירעוועט און פלאצירט אין די וועלט, איבערצייגט מען זיך אז יעדער חשובער פיראמיד איז במכיון געקירעוועט אין א געוויסער ריכטונג, ציענדיג אן אויסגערעכנטער פארבינדונגס ליניע צווישן איין פיראמיד צום אנדערן איבער די קאנטן פון די וועלט. וואונדער איבער וואונדער ווי בנינים פארשפרייט איבערן כדור הארץ איז געבויט געווארן ווי איין פראיעקט מיט א פאראייניגטער חשבון, דאס פאדערט נישט נאר ווייטער רייזע מעגליכקייטן נאר א געוואלדיגער אסטראנאמישער און געאגראפישער קענטשאפט.

מיינט איר אז מיר זענען פערטיג? דאס איז בלויז מיט די בנינים. וואס טוט זיך מיט די אויסשניצונגען, טאקע נישט קיין גרויסע קונצן, אבער זעה נאר וואס זיי דערציילן. אין איין עגיפטישער אלטערטימליכע בנין האט מען געפונען אויסקריצונגען, וועלעכע דערמאנען אן עלעקטרישער בירנע; אויף אמעראינדיאנישע כלים האט מען געפונען אויסקריצונגען וועלעכע דערמאנען פלי געצייגן.

נו, דערויף קען מען זאגן, דמיונישע אויסדיכטענישן.
אבער וואס איז מיטן אוראלטן אויסקריץ פון א זון ארום גענומען מיט זיבן פלאנעטן? ווער האט דאס אין די פרע היסטארישע צייטן געוואוסט פון דעם מאדעל? מען פלעגט דאך דאן מיינען אז די וועלט איז א האלבער באל באדעקט מיט וואסעריגע הימלען באפינקלט מיט מארשירנדע פייערדיגע שטערן און צוויי באלייכטונגען.

אפילו דער רמב"ם מיט בלויז 900 יאר צוריק וואס באטראכט שוין די וועלט מיט א גלגלים סיסטעם, ווי עס איז געווען אנגענומען זינט די צייטן פון די גריכישע פילאזאפן, ווייסט נאך נישט פון די זון צענטרישער סיסטעם, און אט ווערט מען געוואויר אז איינע פון די סאמע ערשטע ציוויליזאציעס, די באבלישע אקקאדיער, מיט ארום פיר טויזנט יאר צוריק, האבן געוואוסט אז די זון שטייט אין צענטער, און די פלאנעטן צווישן זיי די וועלט דרייען זיך ארום דעם זון.

אין דרום אמעריקע איז פאראן א שטח פלאי, גיגאנטישע שטחים מיט לאנגע ברייטע ליניעס ווי שאסייען אין די לענג און די ברייט כל מיני ריכטונגען, דאס רופט מען די נאסחא ליניעס, די אלט באזעסענע איינוואוינער האבן נישט געהאט קיין איינונג וואס זיי באדייטן, און נאר א דאנק די פלי מעגליכקייט די לעצטע הונדערט יאר איז מען געוואויר געווארן וואס זיי זענען, אייגנטליך ריזיגע פאכמאנישע אויסקריצונגען פון פייגל און אנדערע באשעפענישן. איז דאס אבער אפשר א סימן אז די יעניגע אויסקריצער מיט טויזנטע יארן צוריק האבן געהאט עפעס א מאשין אדער מכשיר צום פליען?

און לאמיר זאגן אז די אלע וויסנשאפטן און טעכנעלאגיעס זאלן האבן געדינט פאר געצנדינערישע געברויכן, און נישט פאר פראקטישע, חכמה בלייבט אבער חכמה, און די שפעטעריגע פארצייטישע האבן דאס ווייט נישט געקענט. לאמיר שוין זאגן אז טאקע נישט אויף א פראקטישער מדרגה, אבער ווער ווייסט? אפשר טאקע יא.

און אפשר זענען זיי, די פאר-געשיכטליכע, גאר געווען פארגעשריטענער און פראקטישער אפילו ווי די היינטיגע טעכנאלאגישע תקופה?!
 
לעצט רעדאגירט:
המשך, אויך פון מיינע ארכיוון, נאר דער חלק איז נישט געשריבן געווארן פאר א צייטונג (מערקט די שפראך דא איז מער מפוזר און צוגעלאזן):

פון אלס קליין קינד פלעג איך הערן אז די מענטשן פון פארן מבול זענען געווען גרויסע חכמים אין סודות הבריאה, טייל זאגן אין חכמת הכישוף און טייל זאגן אין אלע חכמות, מען האט אלץ אנגעומען אז זייער חכמה איז געווען מער ווי די שפעטעריגע און זיי זענען פארגעסן געווארן.

די גמרא זאגט אז זיי זענען געווען גאר גרויס און חכמת הכישוף, שפעטערע מפרשים זאגן אז זיי זענען גאר קלוג אין חכמת הרפואה דערפאר האבן זיי געלעבט אזוי לאנג. ספעציעל די ענקים, די נפילים די רפאים.

די לעגענדעס איבער די מענטשן פון פאר די מבול איז אין איינקלאנג מיט די לעגענדעס איבער די דערמאנטע מענטשן אין פרע היסטאריע. זייערע אור אלטע בנינים ארום די וועלט, באציט מען טאקע צו די צייטן וואס איז לויט די אידישע קאלענדער באלד פאר די מבול, לויט אנדערע אפשאצונגען זענען זיי עלטער ווי בריאת העולם און רעקארדירטע מעשליכע היסטאריע, דאס הייסט טאקע פרי היסטאריע וואס איקולס צו אונזערע פארן מבול צייט.

טייל וועלן זאגן אז הגם די סימנים זענען גאונות אין מאטעמאטישע חשבון, אבער געניצט האט מען זיי פאר מיסטישע סיבות, דערפאר וואלטן די אלע חכמות פאר סייענטיפישע סיבות נישט געטראגן א ווערט היינט. טייל שווערן זיך אבער אז די סמנים צייגן אויף פארגעשריטענע וויסנשאפט אויף א סייענטיפישער און פראקטישער דרגה, וואס וואלט געטראגן א ניצליכקייט היינט.

די טעאריע וועגן א פאראייניגטער וועלט ציוויליזאציע לאור די געמיינזאמשאפט פון די פארשידענע געפונסן אין די עקן וועלט, איז איינאיינקלאנג ווי עס וורט דערציילט אין די אידישע מקורות, אז פאר די מבול איז געווען בלויז איין יבשה.

עס זענען דא וואס גייען ווייטער און ווילן פארבינדן די מיטאלאגישע מסורות וואס זענען ענליך ביי כמעט אלע ציווילזאציעס, אז זיי זענען תחילת נישט געווען הוילע פאנטאזיע נאר עכטע געשעענישן וואס האט ווירקליך פאסירט אין די גאר ווייטער אמאל, נאר מיט די יארן פארוואסערט געווארן, צ.ב.ש. דער אלוועלטליכע מסורה פון ענקים, וואס איז ענדליך צו די מסורה פון אנונאקיס פון בבל, טאקע מיט אן עליכער נאמען, אדער טיטאנער פון גריכישן הומערוס, אדער שניצונגען פון פאמאסקירטע געטער, דאס זענען אלע - ווילן די זאגערס זאגן - סמנים פון אן אמאליגער שטארקער פאלק וועלעכע האבן געוועלטיגט אויף די וועלט דורך אומבאוויסטע טעכנאלאגיע, און מיט די יארן זענען זיי פארשווינדן געווארן, אבער זייערע חכמות און גבורה זענען פארגעטערט געוארן.

לויט די טעאריעס זענען די אלע בנינים לכתחילה נישט געבויט פאר ניצלאזע שווארצע מיסטיג אדער ספיריטואלעטעט ווי די נאיווע שפעטעריג האבן געמיינט, נאר פאר גאר טעכנאלאגישע סיבות, פאר כח, און מאטרעאליסטישע סיבות, מען קען זאגן טעכנאלאגיע וואס מיר ווייסן היינט, און מען קען זאגן א גאר אנדערער טעכנאלאגיע, אפשר מיט גאר א שטרקערן כח וואס מיר ווייסן היינט, אפשר זענען טאקע די געטער געווען ברואים פון אנדערע פלאנעטן און די מאסקעס וואס די געצן דינער מאכן די אסטראנאטישע שיץ קליידונג און פלי געצייגן. אפשר האבן זיי געבראכן די קאדע פון קוואנטום און געוואוסט ווי קאנטאקטירט צווישן די דימענסיעס אין יקום, נאר אז די מוחות זענען שוואכער געווארן און די בהלה פארגרעסערט זענען זיי פארוואנדלט געווארן אין בובע מייסעס.

שוללי ההתפעלות

אנדערע בלייבן אבער מיט עקשנות אוועקמאכנדיג די גאנצע איבעראשונג איבער די בנינים, זיי האלטן אז גארנישט ספעציעל, איבעראשנד און מיסטעריעז ליגן אונטער די בנינים, זיי זענען טאקע מעכטיג און וואונדערליך אבער דאס איז נישט מער ווי א סימן פון די מערדיליכע כבוד גייטציגייק און דיקטאטורשאפט פון די אוראלטע קעניגן, אמת, עס איז נישט אוועקצומאכן זייער חכמה, מסתמה האבן זיי פארמאגט כלים וואס מיר ווייסן נישט, אבער דער עיקר כח וויאזוי זיי האבן דערגרייכט צו אזעלעכע דערגרייכונגען איז דורך פארשקלאפן דאס פאלק צו בויען מאנמענטן פאר זייער כבוד, די דיקטאטורן וועלעכע זענען געווען נאך א געיעג נאך כבוד און כח האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט, און אז עס קומערט זיי נישט וויפיל הונדעטער טויזנטער ווערן פארטריקנט און בעלי מומין אדער געהארגעט איז נישט קיין ווינדער אז זיי זענען צוגעקומען צו אזעלעכע דערגרייכונגען.

און דאס וואס איבעראל געפונט מען פיראמידן און ענדליכע פארעמעס פון שטיינער און טויערן, שפרינג נאך נישט פון די הויט, זיי זענען א צייכן פון ערשטע פאזעס פון חכמת הבנויה, ווייל זיי זענען פונדאמענטאלע אופנים וויאזוי צו בויען א גרויסער בנין אין יענע יארן ווען מען האט נאך נישט געוויסט וויאזוי צו בויען א גלייכער הויכער בנין. די מאגאליטישע שטיינער זענען פון בעפאר די תקופה ווען מען האט געבויט מיט ליים און צימענט, אזויווי עס איז משמע פון פסוק אז די דור הפלגה זענען געקומען אויפן געדאנק צו בויען א שטאט מיט א טארעם דורך ליים, ד.ה. אדרבא, דוקא די קלענערע געבויעכטץ איז געווען א טעכנאלאגישער דורך ברוך, (גלייך ווי היינט אלצדינג מייקרא איז מער סאפיסטיקירט) אן די געקלעבעכטץ האט מען געדארפט אויספארמענן די שטיינער די גלאטסטע מעגליך, און מיט בליטות און שקיעות ווי א פאזל, און נאכאמאל, אז עס קימערט די פארשקלאפער נישט די טראגישע נאכפאלגן פון די בויער איז גרינג דאס צו מאכן געשען, אפילו פאר בלויז עסטעטישע סיבות.

דאס זעלבע זאגן די שוללים כלפי אנדערע ענדליכקייטן, קודם כל זענען רוב סטרוקטורן נישט עלנליך, און אפילו די ענליכע פארמאגן שינוים גענוג באדייטנד, ווי צ.ב.ש. די פיראמידן אין די אמעריקעס פארמאגן שטיגן, גאר אנדערש ווי דער עגיפטישער, דער סערבישער ווידער איז געבויט פון ערד ווי א בארג זאמד.

און כלפי די טויערן, דאס איז א קעניגליכע סימעטרישקייט וואס איז נאטורליך צווישן אלע עם ולשון. די מאסקעס מיט דעם דריטן אויג, די ליימענע טעפ, די שיפלעך, די טרינעטי, אויך זיי אלע פארמאגן נאטורליכע עוועלוציעס וואס פאסירט אטאמאטיש ביי אלע פעלקער אין די אנטוויקלונג פראצעסיע. אזויווי יעדער פרוי נישט קיין חילוק פון וואו זי קומט וועט טון די זעלבע פאר פרויערישע תנועות. אדער יעדעס קינד אין די וועלט וועט פראבירן קריכן פארן גיין, באטראכטן די פינגער א.ד.ג. יעדער מאן וועט זיך פאראינטרעסירן אין ווייבער. די זעלבע זעהט מען אפילו ביי חיות, א הונט אין סיביר און א הונט אין בראזיל איז פארט א הונט, א להקה פון בינען דא צו דארט וועלן בויען ענדליכע בינען שטאקן, מוראשקעס ענדליכע טונעלן וכו׳.

און לאמיר שוין זאגן אז טייל פון די סטרוקטורן, מנהגים און אייגנשאפטן זענען צו איינצלהייטליך און קאמפליצירט אז זיי זאלן זיך אנטוויקלען דורך א נאטורליכער רעוואלוציע פון ציוועליזאציאנען, איז אבער דא א שטארקע סברא אז דער פאראייניגונג איז נישט געשען דורך מיסטעריעזע פאראייניגטע כוחות, עס איז טאקע קלאר אז די אמעריקאנע פעלקער שטאמען כאטש טיילווייז פון אזיען שוין נאכדעם וואס דער היילן מענטשן איז געווען אנטוויקלט, דאס איז איבערצייגט געווארן דורך DNA, אבער דאס האט גרינג געקענט געשען ווען גרויסע חלקים פון די נידעריגע אוקינוס וואסערן זענען נישט געווען פיל, נאר יבשה, אין די קאלטע תקופות ווען די שניי פון די בערג האבן זיך נישט אויפגעלאזט און אזוי ארום געשאפן א מאנגל אין טייכן אנצופילן די אוקיונוסן. אזוי אז עס איז נישט קיין וואונדער אז אפילו די אפגעזאונדערטע אמעריקאנע פעלקער האבן פארמאגט ענליכע מסורות ווי די אלטע וועלט מענטשן. דאס איז אלץ אויב מען זאגט אז די אלע מסורות האבן שוין עקזיסטירט אין די אייס עידזש.

איי אויב אזוי, וואס איז געשען שפעטער, פארוואס האבן זיך די סאפיסטיקירטע געביידעס אויפגעהערט? קודם ווי אויבן געזאגט, אז מען האט אויסגעטראפן צימענט האט דאך די גאנצע מעשה שוין נישט אויסגעפעלט, מען האט געקענט אנהייבן בויען גרויסע געביידעס אן די גאנצע אפמיטשעניש. און קיינער זאגט נישט אז דאס אלעס האט זיך גלאבאל אויפגעהערט פלוצים אין די זעלבע תקופה. צווייטנס, אלץ קומט צו אן ענדע, צו דורך מלחמות צו דורך נאטוראל קאטאסטראפעס, אויפשטאנדן פון די שקלאפן, אדער גאר בזכות עוועלוציע און דאס אויסוואקסן אבנארמאלע ברוטאליטעט, האט זיך אפגעשוואכט די כוח פון אבסילוט מאכט, און אן אבסעלוט מאכט גייען נישט אזעלעכע משוגענע clumsy פראיעקטן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top