- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 960
- רעאקציע ראטע
- 2,392
- פונקטן
- 413
עס איז אויסגעקומען צוהערן א דרשה פון א חשוב׳ען
רב, ווי ער האט מעורר גיוועהן אין דעם ענין כשרות הבשר אז מען דארף נזהר זיין פון ריפעקעדזשט פלייש,אפילו מיט השגחה,ווייל די מציאות איז אז דארט ווי די ריפעקעדזשינג קומט פאהר, איז כמעט נישט מעגליך אז עס זאל זיך נישט אויסמישען פון איין סארט שחיטה צו אן אנדערע , וועסטו פרעגן מאי כולי האי, אלע פליישען קומען דאך פון כשר׳ע שחיטות, איז ער מסביר אז טריפות איז שטארק שכיח ביי די ריאה-לונגען-מיט סירכות וואס מען שיילט אוועק,און מען דארף זיין א ירא שמים,צו וואוסען אז עס איז בדרך היתר וואס נאר גאט ווייס וואס ער טהוט דארט ביי די בדיקת פנים ,איז איינער
וואס זוכט כשר׳ס,דארף דוקא קויפען פון די שחיטה
וואס ער האט אהנגינומען אז עס איז אהקעי ,
און ער דארף זיך אפשיידען פון אנדערע , עד כאן דבריו, איז שווער א קשיא , אויב טריפות איז אזוי
שכיח עס איז מער ווי א מיעוט המצוי , רוב בהמות
וואס מען שחט׳ט נעמט מען נישט,ווייל זיי האבען א
חשש טריפות , איז ווי אזוי טרינקען מיר מילך אז מיר ווייסען פעקטשועל אז אויב מען וועט שחט׳ן די
מעלק קיען, וועלן רוב זיין נישט כשר ,עד כאן הקושיא
מען מוז זאגען, אז הלכה האט כללים וואס שטימט נישט מיט די מציאות , דאס מיינט אז די הלכה איז
קובע, רוב בהמות כשרות , קען מען טרינקען מילך ביז עס איז נישט דא א ריעותא, וואס מען זעהט ערשט נאך שחיטה , אויב איינער האט א קלאהרער
הסבר איז -פתח פיך ויאירו דבריך