מיכאל אברהם: יעדע סארט תפילה איז אסור

איך פארשטיי נישט וואס ער טענה'ט. די דריידעל קען פאלן אנדערש אויב בלאזט איך אויף עס, אדער איינער עפענט די טירן. קען גאט שיקן די הערה צו איינעם וואס זיינע מעשים וועט אפעקטירן די אויסקום (הגם דאס אליין איז אויך אז עס, אבער דאס איז דאך אלץ שווער דאן).
 
איך פארשטיי נישט וואס ער טענה'ט. די דריידעל קען פאלן אנדערש אויב בלאזט איך אויף עס, אדער איינער עפענט די טירן. קען גאט שיקן די הערה צו איינעם וואס זיינע מעשים וועט אפעקטירן די אויסקום (הגם דאס אליין איז אויך אז עס, אבער דאס איז דאך אלץ שווער דאן).

א דריטע תשובה וואס מען נוצט איז, מיט'ן נוצן די בחירה וואס א מענטש האט, וועלכע איז בפשטות נישט פאראויסגעשריבן לויט די חוקי הטבע, און זאגן א סברה אז ווען מען איז מתפלל, בעט מען דעם אויבערשטן אז ער זאל זיך ארומשפילן מיט די בחירה פון פארשידענע מענטשן אזוי אז דער חולה זאל ווערן געזונט, אדער אז עס זאל רעגענען, וכו'.

אבער דאס איז ווידער נישט אויסגעהאלטן, קודם כל וויבאלד רוב פון א מענטש'ס החלטות זענען בכלל נישט פארבינדן מיט בחירה, און זענען טאקע יא פאראויסגעשריבן, און דאס ביסל באשלוסן וועלכע ליגן יא אין זיינע הענט, וואס זענען על פי רוב מאראלישע פראגעס, בלייבן אין זיינע הענט, און דער אויבערשטער וועט נישט צונעמען אזא סארט בחירה.
 
איך רעד פון א פארטיקל נעבן די די.ען.עי. זאל דיקעיען, מילא וועט די וועיוו פאנקשען קאלעפסן אויף א וועג אז היי ענערגיע פארטיקלס וואס קומען ארויס זאלן פליען אויף אזא טרעדזשעקטערי אז עס זאל טוישן איין אוית פון די די.ען.עי. דערנאך נאך איינס, דערנאך נאך איינס, ביז עס ווערט א XX קראומעסאם. פינקט ווי ביי די חולה איז שוין באשטימט אז ער האט די קרענק און דו ווילסט אז א קוואנטאם איווענט זאל עס טשענדזשען, די זעלבע דא אפי' די גענדער איז שוין באשטימט קען עס א קוואנטאם איווענט טשענדזשען.

ביידע זענען א נס וויבאלד זיי זענען עקסטרעמלי נישט פראבעבעל.
די ערשטע משל איז א נס, ס'איז טוישן א מציאות.

די משל פון די חולה רעד איך נישט אז ער זאל פליצלונג ווערן געזינט פון איין רגע אויפן אנדערן, די רגע איז ער א חולה... פוף מיטאמאל איז ער געזונט. דאס איז טאקע א נס, און יתכן אז עס גייט אריין אין תפילת שוה. מען רעדט דא צו א חולה גייט שטארבן אדער נישט, דאס איז נאכנישט אוועקגעשטעלט, עס קען גיין ביידע וועגן. אפילו א סינגל מיוטאציע אין א ווירוס, אדער א מאליוקולאר רעאקציע אין די אימיון סיסטעם, קען טעארעטיש האבן איינפלוס צו די אימיון סיסטעם וועט זיך קענען שלאגן מיטן מחלה אדער נישט, און דאס איז נאך פארן נעמען מעדיקעישן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איין מיוטעשן אין א איין איינציגע צעל קען נישט הארגענען קיין וויירוס, א וויירוס איז מיליאנען ווירוסעס צעלן וואס די מיוטעשן דארף געשעהן אין יעדע וויירוס עקסטער
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ביידע זענען א נס וויבאלד זיי זענען עקסטרעמלי נישט פראבעבעל.
סתם פאר קלארקייט, ווען עפעס איז נישט פראבעבעל מיינט נישט אז עס איז א נס און איז נישט מעגליך צו געשעהן לויט די דרכי הטבע, ווי הרב @אפענער האט שוין דא מסביר געווען. איך רעד פון די נס וואס די חכמים רעדן אז אויף דעם איז אסור צו מתפלל זיין, אויב נעמט מען אן אז די חכמים וואלטן אויך געאסרט א תפילה אז עס זאל זיין א זכר היינט ווען מען ווייסט אז עס איז "מעגליך" אז עס זאל זיך טוישן שוין נאכן פערטעלעזעשן (דורך טריליאנען קוואנטאם איווענטס אין א ספעציפישע אויסשטעל), נאר עס איז אזוי אימפראבעבל אז די חכמים וואלטן עס באצייכנט אלץ א נס, דאן איז אויך אזוי מיט יעדע אנדערע תפילה.
 
ווי שטייט אז ס'איז אסור?
 
פון די תירוצים אין גמרא איז אזוי משמע.
עס איז אויך מסתבר אז עס איז אסור.
ווייל עס איז שוא, פארוואס זאל מען זאגען תפילה
עס איז דאך מטיח כלפי שמים , אז עס גייט נישט גישעהן און מען איז מתפלל, מיינט עס לכאורה אז מען איז מתרעם אויף הנהגה פון די השגחה, און ביי דעם טרעפט מען אז עס ברענגט עונשים לדוגמא ווי דער תלמוד זאגט אויף לוי אחוי קידה קמיה דרבי ואיטלע,ווייל הא והא גרמא, אז ער האט מטיח גיוועהן כלפי מעלה,ווען ער האט געטהון תפילה, אפילו ער איז דארט נענה גיווארען, איז דאך קל וחומר אז עס נישט שייך נענה צו ווערן, איז עס עזות
כלפי שמים
 
עס איז אויך מסתבר אז עס איז אסור.
ווייל עס איז שוא, פארוואס זאל מען זאגען תפילה
עס איז דאך מטיח כלפי שמים , אז עס גייט נישט גישעהן און מען איז מתפלל, מיינט עס לכאורה אז מען איז מתרעם אויף הנהגה פון די השגחה, און ביי דעם טרעפט מען אז עס ברענגט עונשים לדוגמא ווי דער תלמוד זאגט אויף לוי אחוי קידה קמיה דרבי ואיטלע,ווייל הא והא גרמא, אז ער האט מטיח גיוועהן כלפי מעלה,ווען ער האט געטהון תפילה, אפילו ער איז דארט נענה גיווארען, איז דאך קל וחומר אז עס נישט שייך נענה צו ווערן, איז עס עזות
כלפי שמים
מיר זעט אויס אז הרי זה תפילת שוא מיינט its a waste of time ווייל ס'איז שוין לאחר המעשה. אבער אסור? זעהט נישט אויס
 
הבל הבלים, ס'איז פשוט לכל בר דעת אז דיברה תורה כלשון בני אדם, אין וואס ס'זעהט אויס פאר א "פשוטע" מענטש פאר א נס, דאס הייסט א נס
פינטקליך וואס אין וויאזוי תפילה טיט עפעס איז ממילא בהדי כבשי דרחמנא
 
מיר זעט אויס אז הרי זה תפילת שוא מיינט its a waste of time ווייל ס'איז שוין לאחר המעשה. אבער אסור? זעהט נישט אויס
מען זעהט ביי משה דער אונטערשייד
ווען ער האט גיזאגט תפילה למה יחרה ה׳ אפך,ביי די זונד פון עגל איז ער נענה גיווארען , און מען האט איהם גיגעבן לוחות שניות , אבער אין מצרים ווען עס איז געוועהן קושי שעבוד נאכמער, ווען ער איז גיקומען צו פרעה און איהם גיזאגט כה אמר ה׳ שלח עמי , האט משה גיזאגט תפילה ,למה הרעותה לעם הזה,איז גיוועהן א קפידא אויף איהם, און מען האט איהם גיזאגט ,עתה תראה אבער מלחמת ז׳ עמים לא תראה , ווייל דאס איז גיוועהן א תפילה אויף עבר
איז עס תפילת שוא , וואס איז נישט פראפער
עס דארף אלץ זיין תפילה על העתיד און א תפילה בדרך טבע , חוץ אז מען פיעלט זיך אזוי בטוח, ווי משה במחלוקת קרח, ווי ער האט גיהאט די גאוטס
צו זאגען, אם כמות כל האדם ימותון אלה, לא ה׳ שלחני ואם בריאה יברא ה׳ ופצתה האדמה את פיה.
 
מיר זעט אויס אז הרי זה תפילת שוא מיינט its a waste of time ווייל ס'איז שוין לאחר המעשה. אבער אסור? זעהט נישט אויס
כ'זאג דיר "גמרא" און דו ציטירסט די משנה...
 
הבל הבלים, ס'איז פשוט לכל בר דעת אז דיברה תורה כלשון בני אדם, אין וואס ס'זעהט אויס פאר א "פשוטע" מענטש פאר א נס, דאס הייסט א נס
פינטקליך וואס אין וויאזוי תפילה טיט עפעס איז ממילא בהדי כבשי דרחמנא
און ווער עס האלט אנדערש - מיט אים ברויך מען זיך ניטאמאל מטפל זיין, ווארום ער איז דאך נישט קיין בר דעת...
און וואס מיינט "פשוט'ע מענטש" לדעתך? ווי אויך, וויאזוי ביסטו מגדיר "נס"? איך קען מענטשן וואס רופן יעדע נארישקייט וואס איז פשוט סטאטיסטיש אומפראבעבל "נס".
 
הערליך!

הרב דר. ישראל נתנאל רובין (יא… איך ווייס, איך ווייס…) טענה׳ט אז דאס וואס די משנה ותלמוד אין ברכות האבן גע׳אסר׳ט איז נאר צו מתפלל זיין אז ג-ט זאל מאכן אַן אנאליטישע סתירה וואו עס גייט קעגן די געזעצן פון לאגיק, ווייל דאס איז טאקע נישט אין די גדר יכולת פון הקב״ה. אבער חז״ל האבן קיינמאל נישט גע׳אסר׳ט מתפלל צו זיין אויף א נס וואס איז אז א סינטעטישע סתירה זאל פאסירן, וואס איז נאר קעגן געזעצן פון פיזיקס/טבע.
IMG_0931.webp

IMG_0932.webp

ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פון דר. דעניס אהערן אז יעדעס סינטעטישע נס איז סוכ״ס אַן אנאליטישע/לאגישע נס פונקט אזוי; ולפי פּראפעסאר פיצפּעטריק עכ״פ טאמער איז עס עי פּריארי. ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט הרב דר. אברהם׳ס שיטה בתפילה לגבי זה.

אין די לעקציע (דורך מכון כרם) זאגט דר. משה הלברטל אז דער ירושלמי האט טאקע נאר גע׳אסר׳ט צו דאווענען שתלד אשתי זכר ווען זי האלט שוין ממש ביים לידה, וויבאלד דעמאלטס איז דאס אז ג-ט זאל טוישן די עבר, משא״כ אינמיטן די הריון, זייענדיג אז וואס שאפט אין דעם א צורך צו טוישן די עבר איז דאס וואס דער מענטש ווייסט שוין דערפון. דער בבלי, לויט אים, האט אבער יא אפגעטייטשט דאס דאווענען פאר דעם אינמיטן די הריון אלס א צועק לשעבר.
 
לעצט רעדאגירט:
הערליך!

הרב דר. ישראל נתנאל רובין (יא… איך ווייס, איך ווייס…) טענה׳ט אז דאס וואס די משנה ותלמוד אין ברכות האבן גע׳אסר׳ט איז נאר צו מתפלל זיין אז ג-ט זאל מאכן אַן אנאליטישע סתירה וואו עס גייט קעגן די געזעצן פון לאגיק, ווייל דאס איז טאקע נישט אין די גדר יכולת פון הקב״ה. אבער חז״ל האבן קיינמאל נישט גע׳אסר׳ט מתפלל צו זיין אויף א נס וואס איז אז א סינטעטישע סתירה זאל פאסירן, וואס איז נאר קעגן געזעצן פון פיזיקס/טבע.
View attachment 11625
View attachment 11626
ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פון דר. דעניס אהערן אז יעדעס סינטעטישע נס איז סוכ״ס אַן אנאליטישע/לאגישע נס פונקט אזוי; ולפי פּראפעסאר פיצפּעטריק עכ״פ טאמער איז עס עי פּריארי. ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט הרב דר. אברהם׳ס שיטה בתפילה לגבי זה.
ברוך שכוונתי
 
לויט דעם מעג מען געהעריג מתפלל זיין אויף ניסים, אויב איז עס מיט דער ריכטיגער לשון?
 
איבער געטייטשט פון זיין מאמר: סיבתיות ד. תפילה על נס (טור 463)




אריינפיר:

די משנה אין ברכות (נ"ד.) שרייבט ווי פאלגנד:

וְהַצּוֹעֵק לְשֶׁעָבַר הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא, הָיְתָה אִשְׁתּוֹ מְעוּבֶּרֶת וְאוֹמֵר יְהִי רָצוֹן שֶׁתֵּלֵד אִשְׁתִּי זָכָר הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא, הָיָה בָּא בַּדֶּרֶךְ וְשָׁמַע קוֹל צְוָחָה בָּעִיר וְאוֹמֵר יְהִי רָצוֹן שֶׁלֹּא תְּהֵא בְּתוֹךְ בֵּיתִי הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא.

אויב מען וואלט געטייטשט 'שוא' אזויווי מען טייטשט עס איבעראל, אומזיסט, וואלט דאס באדייט אז דער אויבערשטער מאכט קיינמאל נישט קיין ניסים, און ער מישט זיך קיינמאל נישט אריין אין די טבע, ווייל ווען יא וואלט דאך דער תפילה נישט געווען אומזיסט.

דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז רוב מפרשים לערנען פשט אז תפילת שוא באדייט אז עס איז אסור, נישט אז עס העלפט נישט.

און הגם די גמרא איז יא מפרש די משנה מיט די ווערטער "ולא מהני רחמי", וואס באדייט יא אז עס העלפט פשוט נישט, קען מען לערנען אז זיי זענען תלוי איינס אין צווייטן. עס איז פארבאטן וויבאלד עס העלפט נישט.

דער טעם פונעם איסור איז נישט אזוי מבואר. טייל ווילן זאגן אז דאס איז כדי מענטשן זאלן נישט ווערן אנטוישט ווען זייער תפילה ווערט נישט געענטפערט, און אנדערע געבן אנדערע טעמים. אבער פאר יעצט איז גענוג צו וויסן אז אזא איסור עקזיסטירט.

דערויף פרעגט די גמרא:

מתיב רב יוסף (בראשית ל, כא) ואחר ילדה בת ותקרא את שמה דינה, מאי ואחר? אמר רב, לאחר שדנה לאה דין בעצמה ואמרה, י"ב שבטים עתידין לצאת מיעקב, ששה יצאו ממני וארבעה מן השפחות, הרי עשרה. אם זה זכר לא תהא אחותי רחל כאחת השפחות, מיד נהפכה לבת שנא' ותקרא את שמה דינה.

די גמרא פארשטייט אויבנאויף אז דער תפילה האט געהאלפן למפרע, און דעריבער איז דאס א ראי' אז א תפילה לשעבר איז בכלל נישט קיין תפילת שוא.

ענטפערט די גמרא צוויי תירוצים:

"אין מזכירין מעשה נסים." וואס דאס באדייט אז די תפילה האט טאקע נישט געהאלפן למפרע, נאר עס איז געשען א נס און דאס קינד איז געטוישט געווארן מכאן ולהבא. דאס באדייט נישט אז מען מעג מתפלל זיין אויף א נס, נאר אז אין אזא פאל, אנדערש ווי א תפילה לשעבר, העלפט די תפילה.

טייל מפרשים ווילן יא ארויסלערנען דערפון אז צדיקים ווי לאה מעגן יא מתפלל זיין פאר א נס, אבער די פוסקים נעמען למעשה נישט אן אזוי.

די צווייטע תירוץ פון די גמרא: "ואיבעית אימא, מעשה דלאה בתוך ארבעים יום הוה כדתניא שלשה ימים הראשונים יבקש אדם רחמים שלא יסריח משלשה ועד ארבעים יבקש רחמים שיהא זכר מארבעים יום ועד שלשה חדשים יבקש רחמים שלא יהא סנדל משלשה חדשים ועד ששה יבקש רחמים שלא יהא נפל מששה ועד תשעה יבקש רחמים שיצא בשלום."

דער צווייטער תירוץ נעמט אן אז עס איז גארנישט געווען ספעציעל מיט די מעשה פון לאה, זינט מען האט נאך דאן געהאלטן איידער די פאזע ווען דער מין פונעם קינד ווערט נקבע.

למעשה נעמען די פוסקים טאקע אן, אז א תפילה אויף א נס, חוץ וואס עס איז א תפילת שוא, ליגט אויך אן איסור דערין. ווי אין שו"ע (או"ח סי' רל ס"א):
המתפלל על מה שעבר, כגון שנכנס לעיר ושמע קול צוחה בעיר, ואמר: יה"ר שלא יהא קול זה בתוך ביתי; או שהיתה אשתו מעוברת אחר מ' יום לעיבורה, ואמר: יה"ר שתלד אשתי זכר, ה"ז תפלת שוא, אלא יתפלל אדם על העתיד לבא, ויתן הודאה על שעבר…

איידער מען גייט ווייטער, איז וויכטיג אראפצונעמען פון טיש צוויי גרויסע טעותים וואס מענטשן קענען מאכן ביים אפלערנען די סוגיא.

קודם כל ווילן מענטשן מחלק זיין צווישן א נס גלוי און א באהאלטענע נס, טענה'נדיג אז דער איסור איז בלויז חל אויף אן אפענע נס.

אבער פון ביידע משלים וואס די משנה ברענגט איז קלאר משמע נישט אזוי. בפרט ביי דער משל פונעם עובר, וועט דאך קיינער נישט וויסן צי אזא נס איז בכלל געשען, זינט מען קען נישט וויסן דער מין פונעם עובר ביז עס ווערט געבוירן.

אנדערע ווילן מחלק זיין צווישן א נס וואס אפעקטירט דעם פארגאנגענהייט און א נס וואס אפעקטירט בלויז דעם הווה און עתיד. אבער דאס איז אויך נישט ריכטיג, ווייל מען איז דאך נישט מתפלל אז דאס קינד זאל געטוישט ווערן למפרע, בלויז פון יעצט אויף ווייטער. און עם כל זה, איז דאס אסור.

***​

ווען ווערט דער מין פון אן עובר באמת באשטימט?


היינט ווייסט מען שוין אז דער מין פונעם עובר ווערט באשטימט אין די ערשטע רגע פון ווען די אייעלעך ווערן פארמירט, און עס ווענדט זיך בלויז אין וועלכע פון די צוויי סארטן Chromosomes פארעמען דאס קינד, X אדער Y. און דאס געשעט נאך אסאך בעפאר די פערציג טעג וואס מען האט אמאל געהאלטן.

אלזא, שטעלט זיך די ערשטע פראגע, וועט דאס טוישן די הלכה? וועט דאס מאכן אז מען וועט נישט טארן דאווענען אז דאס קינד זאל זיין א זכר, אפילו בעפאר פערציג טעג, זינט עס איז שוין באשטימט?

עס איז זייער מסתבר אז יא, וויבאלד די אויטאריטעט פון חז"ל ליגט נישט אין זייער סייענטיפישע יכולת, נאר זיי זענען דא אונז צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן למעשה אין ליכט פון וויאזוי מען פארשטייט די וועלט.

דער באפעל פון חז"ל איז נישט געווען אז "נאך פערציג טעג טאר מען נישט מתפלל זיין", נאר אז "מען טאר נישט מתפלל זיין איינמאל דער מין איז באשטימט". און ווען די ידיעות ארום דעם טוישן זיך, וועט זיך דער למעשה'דיגע הלכה אויך טוישן.

אבער אויב מיר גייען ווייטער לויט די לאגיק, וועט זיך ארויסשטעלן א ראדיקאלע מסקנא.

אלס א קורצע הקדמה, לאמיר פרעגן א פשוט'ע שאלה:

מעג מען מתפלל זיין אז א דריידל זאל פאלן אויף ג', איינמאל עס האלט שוין אינמיטן זיך דרייען?

אמאל פלעגט מען האלטן אז דאס דריידל קען פאטענציאל פאלן אויף אלע פיר זייטן, אלזא פארוואס זאל מען נישט מעגן מתפלל זיין דערויף?

אבער מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק, בפרט מיט דער סייענטיפישער רעוואלוציע, איז אנטפלעקט געווארן אז באמת זענען נישט פארהאן קיין שום אפענע פראגעס אין נאטור, און אלעס איז גענוי פארגעשריבן וויאזוי עס וועט פאסירן, הגם טעכניש איז זייער שווער דאס פאראויסצוזאגן.

צום דריידל, איז היינט קלאר אז אויב מען וואלט געהאט די גענויע נומערן פון דער לופט דרוק אין צימער, די גענויע קראפט און דירעקציע אין וועלכע עס איז געדרייט געווארן, די גראוויטעט שטאפל, פריקציע און אלע ארומיגע פאקטארן, וואלט מען געקענט פאראויסזאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע אקוראטקייט אויף וועלכע זייט עס וועט פאלן, אזוי אז אויב זאל מען מתפלל זיין אז עס זאל פאלן אויף א געוויסע זייט, און דער אויבערשטער וועט צוהערן דעם תפילה, וועט ער מוזן דערפאר בייגן איינס פון די געזעצן פון נאטור.

אין אנדערע ווערטער - א נס.

קען זיין א באהאלטענע, אבער פארט א נס.

פארשטייט זיך אז דער אויבערשטער, וואס איז דער אייגנטליכער מחוקק פון די אלע געזעצן פון נאטור, איז בכוח זיי צו פארדרייען צו יעדע צייט, אבער פארט, יעדע מאל וואס דאס פאסירט, איז עס אן אפנויג פון די חוקי הטבע, און ממילא א נס.

און דאס איז נישט בלויז מיט די געזעצן פון פיזיקס, נאר אויך פון כעמיסטריע און ביאלאגיע.

מתפלל זיין אז א חולה - וואס וואלט אנדערש געבליבן קראנק - זאל ווערן געזונט, באדייט צו טוישן איינס פון די געזעצן פון נאטור.

מתפלל זיין אז עס זאל רעגענען - אויב אנדערש וואלט געווען טרוקן - באדייט צו טוישן איינס פון די געזעצן פון נאטור.

דאס אז מיר קענען פראקטיש נישט פאראויסזאגן קיין איינס פון די זאכן אויף הונדערט פראצענט, איז נישט וויבאלד עס קען באמת גיין צוויי וועגן, נאר דאס איז פשוט וויבאלד די אלע פראצעסן זענען אבנארמאל קאמפליצירט, און נעמען אריין ביליאנען דעטאלן. אבער אונזערע טעכנישע באגרעניצונגען זענען נישט קיין סיבה אויף צו זאגן אז עס איז בעצם נישט פארגעשריבן לויט די נאטורליכע געזעצן.

לויט דעם וועט אויסקומען אז יעדע איינציגע תפילה, איז בעצם א תפילה אויף א נס, וואס איז אסור.

און ווייטער, דאס אז חז"ל האבן מתיר געווען צו דאווענען פאר א חולה, אדער אויף רעגן, איז בלויז געווען וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז די חוקי הטבע זענען נישט קיין פולקאמע ערקלערונג, און אפילו אינערהאלב טבע קענען זאכן נאך אלס גיין צוויי וועגן, אבער היינט ווייסט מען קלאר אז דאס איז נישט אזוי, און דעריבער, ווען מיר וועלן נוצן די לאגיק פון חז"ל אויף די היינטיגע וויסנשאפט, וועט אויסקומען אז מען טאר אויף גארנישט מתפלל זיין.

אסאך מענטשן רעאגירן גלייך צו אזא סברה מיט דער טענה אז "ווען חז"ל וואלטן דאס געוואוסט, וואלטן זיי זיכער נישט גע'אסר'ט אלע תפילות, נאר זיי וואלטן מתיר געווען צו דאווענען פאר א נס."

איז ערשטנס, קענען מיר נישט זיין זיכער וואס חז"ל וואלטן געזאגט אין אזא פאל. עס קען יא זיין אז זיי וואלטן פארבאטן אלע תפילות און בלויז ערלויבט שירות ותשבחות, אבער אפילו ווען יא, פארמאגן מיר נישט דאס רעכט צו מאכן אזעלכע חשבונות, און מיר קענען בלויז האלטן דאס וואס חז"ל האבן פאקטיש געזאגט. נישט וואס זיי וואלטן אפשר - אדער אפילו זיכער - געזאגט.

אנדערע ווילן ברענגען א ראי' פון קוואנטום פיזיקס - וואו פארטיקלס קענען זיך געפינען אויף אומפאראויסגעזעענע ערטער לויט א צאל פראבעביליטיס - אז נאטור איז נישט פאראויסגעשריבן און עס קען יא גיין מער ווי איין וועג.

אבער דאס איז ווייטער נישט אמת, ערשטנס ווייל דאס איז בלויז אויף א פיצעלע פארעם וואס איז נישט נוגע אין חיי יום יום, און צווייטנס וויבאלד אפילו דארט איז עס נאך אלס פארגעשריבן אין פראבעביליטיס, אזוי אז יעדע מאל וואס דער אויבערשטער טוישט עעפעס דארט, טוישט ער די פראבעביליטיס.

א דריטע תשובה וואס מען נוצט איז, מיט'ן נוצן די בחירה וואס א מענטש האט, וועלכע איז בפשטות נישט פאראויסגעשריבן לויט די חוקי הטבע, און זאגן א סברה אז ווען מען איז מתפלל, בעט מען דעם אויבערשטן אז ער זאל זיך ארומשפילן מיט די בחירה פון פארשידענע מענטשן אזוי אז דער חולה זאל ווערן געזונט, אדער אז עס זאל רעגענען, וכו'.

אבער דאס איז ווידער נישט אויסגעהאלטן, קודם כל וויבאלד רוב פון א מענטש'ס החלטות זענען בכלל נישט פארבינדן מיט בחירה, און זענען טאקע יא פאראויסגעשריבן, און דאס ביסל באשלוסן וועלכע ליגן יא אין זיינע הענט, וואס זענען על פי רוב מאראלישע פראגעס, בלייבן אין זיינע הענט, און דער אויבערשטער וועט נישט צונעמען אזא סארט בחירה.

צום שלוס, לאמיר אריינברענגען א צווייטע סוגיא, וואס איז אויבנאיוף א סתירה מיט אלעס וואס מיר האבן אויבן געשריבן.

אין מסכת בבא מציעא (מ"ב ע"א) שרייבט די גמרא:

"וְאָמַר רַבִּי יִצְחָק: אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן, שֶׁנֶּאֱמַר: 'יְצַו ה' אִתְּךָ אֶת הַבְּרָכָה בַּאֲסָמֶיךָ' (דברים כח, ח). תָּנָא דְּבֵי רַבִּי יִשְׁמָעֵאל: אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר שֶׁאֵין הָעַיִן שׁוֹלֶטֶת בּוֹ..."

דערויף קומט א ברייתא:

"תָּנוּ רַבָּנַן: הַהוֹלֵךְ לָמוֹד אֶת גָּרְנוֹ אוֹמֵר: 'יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹהֵינוּ שֶׁתִּשְׁלַח בְּרָכָה בְּמַעֲשֵׂה יָדֵינוּ'. הִתְחִיל לָמוֹד אוֹמֵר: 'בָּרוּךְ הַשּׁוֹלֵחַ בְּרָכָה בַּכְּרִי הַזֶּה'. מָדַד וְאַחַר כָּךְ בֵּרַךְ – הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא. לְפִי שֶׁאֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה לֹא בְּדָבָר הַשָּׁקוּל, וְלֹא בְּדָבָר הַמָּדוּד, וְלֹא בְּדָבָר הַמָּנוּי, אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן..."

פון דא קומט אויס, אז עס ווענדט זיך יא צי מען בעט אויף עפעס וואס איז באהאלטן אדער אויף עפעס וואס איז אפן, אנדערש ווי מיר האבן געזען אין די גמרא אין ברכות?

און דער חידוש איז, אז סיי דער רמב"ם (הלכות ברכות פ"י ה"כב) און סיי דער שו"ע (אורח חיים סימן ר"ל סעיף ב') פסק'ענען ווי דער גמרא.

עס זענען טאקע פארהאן וואס האלטן אז דא איז דא א מחלוקה צווישן די צוויי סיגיות, און דער רמב"ם היפט טאקע איבער די סוגיא פון ברכות, און אנדערע לערנען פשט אין די גמרא אין בבא מציעא אז דער ברכה וואס מען בעט איז נישט אויף די סכום פון תבואה, נאר אז דער מסחר זאל האבן הצלחה אין אלגעמיין, (וואס ווי דערמאנט האבן זיי געהאלטן אז אזעלכע זאכן זענען נאכנישט באשטימט) הגם לויט דעם דארף מען פארענטפערן צוליב וואס עס ווענדט זיך אין יא אדער נישט ציילן.

דער פשוט'סטער תירוץ איז לכאורה, אז דער דין אין בבא מציעא איז אן איינגארטיגע הלכה וואס איז שייך בלויז ביי מעשר, צוליב דעם וואס די תורה האט צוגעזאגט א באזונדערע ברכה ("וְהֲרִיקֹתִי לָכֶם אֶת בְּרָכָתִי"), און די חכמים האבן אפילו מתיר געווען לנסות את הקב"ה אין דעם ענין.

***​

פון די אלע טענות ומענות, קומט מען אומצוויידייטיג אן צום שאקירנדע הלכה אז עס איז פארבאטן מתפלל צו זיין!

פארשטייט זיך אז אין די קאמענטארן טוט זיך א סומאטוכע ווי געווענליך, אבער רבינו בלייבט שטייף אויף זיין פאזיציע און רירט זיך נישט פון זיין פראפאזיציע, פארענפערנדיג אלע טענות מיט קאלטע לאגיק ווי זיין שטייגער.

איך פערזענליך מוטשע מיך שוין אפאר טעג דערמיט, און איך קען נישט געפינען קיין לייזונג דערצו.

אפשר קען איינער ארויסהעלפן.
איך כאפ נישט, ער איז זיך סותר.
אדער זאגסטו מ'גייט אינגאנצן מיט וואס חז"ל האבן געזאגט, (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי באשטימען די חוקי הטבע). אדער גייסטו אינגאנצן מיט וואס חז"ל וואלטן געזאגט ווען זיי ווייסן וואס מ'ווייסט היינט (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי וואלטן געוואוסט אז די רעליגיע איז מעשה ידי אדם).
 
איך כאפ נישט, ער איז זיך סותר.
אדער זאגסטו מ'גייט אינגאנצן מיט וואס חז"ל האבן געזאגט, (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי באשטימען די חוקי הטבע). אדער גייסטו אינגאנצן מיט וואס חז"ל וואלטן געזאגט ווען זיי ווייסן וואס מ'ווייסט היינט (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי וואלטן געוואוסט אז די רעליגיע איז מעשה ידי אדם).
לפי קוצר דעתי איז נישט דא קיין קושיא אויף די תפילות,כאטש הרב מיכאל שטעלט אויף א בנין גג על גג אז אלעס איז סייענטיפיקעלי פון פריער באשטימט, און לויט איהם איז יעדע תפילה א תפילת שוא , און ער ברענגט א משל פון א דריידעל אז פון די רגע די האסט עס ארויס גילאזט פון דיינע הענט מיט א דריי איז תיכף באשטימט לויט די כללים פון גרעוויטי און אנדערע סיבות אויף וועלכע אות עס וועט פאלען , איז פשוט אז דענסטמאהל איז עס טאקע א תפילת שוא און מען קען נישט מתפלל זיין , אבער פאר מען געט א דריי דעם דריידעל קען מען יא מתפלל זיין, אז עס זאל מיר געלונגען צודרייען אזוי אז עס זאל פאלען אויף גימל , און פון דעם קען מען ציהען א מסקנא ביי רפאנו אין תפילת עמידה קען מען מתפלל זיין אז אויב עס איז דא חולה זאל מען אהנטרעפן א דאקטאר וואס םארשטייט צו די פארטיקולער מחלה,און אז ער זאל צו טרעפן די ריכטיגע מאדעל פון טריעטמענט, עס ווערט שווער
אבער ביי תפילה אויף רעגן וואס איז אינגאנצען נישט תלוי אינדעם מענטש,נאר אין די חוקי הטבע וואס איז די תפילה , קען מען זאגען אז עס איז דא
גענוג אהן א שיעור וועריעבלס אין די חוקי הטבע, אהן א שיעור סיבות וואס קען טוישען די הילוך עננים און ירידת הגשמים,איז יא שייך זיך צו ווענדען צו גאט,אז ער זאל גורם זיין א שינוי אין די מהלכים, אז עס זאל זיין לטובה גשמי ברכה ווי דער תלמוד, זאגט אז דער מפתח פון גשמים ליגט ביי גאט, פונקט אזוי ווי דער מפתח פון חיה = קינדער, און תחיית המתים
ויעמוד פנחס ויפלל .
 
Back
Top