- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 627
- רעאקציע ראטע
- 3,229
- פונקטן
- 423
אויבנאויף זעט עס טאקע אויס ווי א סתירה, אבער אז מען גייט מיט מיכאל אברהם'ס אלגעמיינע שיטה בנוגע "וואס איז הלכה", איז נישטא קיין שום סתירה.איך כאפ נישט, ער איז זיך סותר.
אדער זאגסטו מ'גייט אינגאנצן מיט וואס חז"ל האבן געזאגט, (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי באשטימען די חוקי הטבע). אדער גייסטו אינגאנצן מיט וואס חז"ל וואלטן געזאגט ווען זיי ווייסן וואס מ'ווייסט היינט (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי וואלטן געוואוסט אז די רעליגיע איז מעשה ידי אדם).
חז"ל זענען אונז נישט געקומען פארציילן וואס די מציאות איז - בלויז "וויאזוי זיך צו פירן" היות דער מציאות איז אזוי. הלכה איז בעצם א געצייג וויאזוי צו עפלייען די מציאות צו אונזערע מעשים.
אלזא, אויב חז"ל האבן גענומען די מציאות פון א נס, און עפלייד צו דעם א הלכה אז מען טאר נישט מתפלל זיין דערויף, קען זיך דאס נישט טוישן, אפילו אויב היינט האלטן מיר אז זיי "וואלטן" אנדערש געזאגט אויב זיי וואלטן געהאט מער אינפארמאציע. הלכה קען מען נישט טוישן באזירט אויף דעם.
אבער עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן (לויט מיכאל אברהם) אז חז"ל האבן נישט אזוי גוט פארשטאנען טבע ווי מיר פארשטייען היינט, און ממילא זענען מיר געצוואונגען צו עפלייען דער הלכה צו אלע סארט ניסים - אפילו אויב חז"ל האבן נישט געוואוסט אז עס איז א נס