מיכאל אברהם: יעדע סארט תפילה איז אסור

איך כאפ נישט, ער איז זיך סותר.
אדער זאגסטו מ'גייט אינגאנצן מיט וואס חז"ל האבן געזאגט, (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי באשטימען די חוקי הטבע). אדער גייסטו אינגאנצן מיט וואס חז"ל וואלטן געזאגט ווען זיי ווייסן וואס מ'ווייסט היינט (און לויט דעם דארפסטו זאגן אז זיי וואלטן געוואוסט אז די רעליגיע איז מעשה ידי אדם).
אויבנאויף זעט עס טאקע אויס ווי א סתירה, אבער אז מען גייט מיט מיכאל אברהם'ס אלגעמיינע שיטה בנוגע "וואס איז הלכה", איז נישטא קיין שום סתירה.

חז"ל זענען אונז נישט געקומען פארציילן וואס די מציאות איז - בלויז "וויאזוי זיך צו פירן" היות דער מציאות איז אזוי. הלכה איז בעצם א געצייג וויאזוי צו עפלייען די מציאות צו אונזערע מעשים.

אלזא, אויב חז"ל האבן גענומען די מציאות פון א נס, און עפלייד צו דעם א הלכה אז מען טאר נישט מתפלל זיין דערויף, קען זיך דאס נישט טוישן, אפילו אויב היינט האלטן מיר אז זיי "וואלטן" אנדערש געזאגט אויב זיי וואלטן געהאט מער אינפארמאציע. הלכה קען מען נישט טוישן באזירט אויף דעם.

אבער עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן (לויט מיכאל אברהם) אז חז"ל האבן נישט אזוי גוט פארשטאנען טבע ווי מיר פארשטייען היינט, און ממילא זענען מיר געצוואונגען צו עפלייען דער הלכה צו אלע סארט ניסים - אפילו אויב חז"ל האבן נישט געוואוסט אז עס איז א נס
 
לפי קוצר דעתי איז נישט דא קיין קושיא אויף די תפילות,כאטש הרב מיכאל שטעלט אויף א בנין גג על גג אז אלעס איז סייענטיפיקעלי פון פריער באשטימט, און לויט איהם איז יעדע תפילה א תפילת שוא , און ער ברענגט א משל פון א דריידעל אז פון די רגע די האסט עס ארויס גילאזט פון דיינע הענט מיט א דריי איז תיכף באשטימט לויט די כללים פון גרעוויטי און אנדערע סיבות אויף וועלכע אות עס וועט פאלען , איז פשוט אז דענסטמאהל איז עס טאקע א תפילת שוא און מען קען נישט מתפלל זיין , אבער פאר מען געט א דריי דעם דריידעל קען מען יא מתפלל זיין, אז עס זאל מיר געלונגען צודרייען אזוי אז עס זאל פאלען אויף גימל , און פון דעם קען מען ציהען א מסקנא ביי רפאנו אין תפילת עמידה קען מען מתפלל זיין אז אויב עס איז דא חולה זאל מען אהנטרעפן א דאקטאר וואס םארשטייט צו די פארטיקולער מחלה,און אז ער זאל צו טרעפן די ריכטיגע מאדעל פון טריעטמענט, עס ווערט שווער
אבער ביי תפילה אויף רעגן וואס איז אינגאנצען נישט תלוי אינדעם מענטש,נאר אין די חוקי הטבע וואס איז די תפילה , קען מען זאגען אז עס איז דא
גענוג אהן א שיעור וועריעבלס אין די חוקי הטבע, אהן א שיעור סיבות וואס קען טוישען די הילוך עננים און ירידת הגשמים,איז יא שייך זיך צו ווענדען צו גאט,אז ער זאל גורם זיין א שינוי אין די מהלכים, אז עס זאל זיין לטובה גשמי ברכה ווי דער תלמוד, זאגט אז דער מפתח פון גשמים ליגט ביי גאט, פונקט אזוי ווי דער מפתח פון חיה = קינדער, און תחיית המתים
ויעמוד פנחס ויפלל .
וויאזוי דיפיינסטו א נס? אויב עס מיינט יעדע סארט אפנויג פון די חוקי הטבע, דאן מאכט נישט אויס וויפיל וועריאנטן זענען אינוואלווד.
 
וויאזוי דיפיינסטו א נס? אויב עס מיינט יעדע סארט אפנויג פון די חוקי הטבע, דאן מאכט נישט אויס וויפיל וועריאנטן זענען אינוואלווד.
עס זענען דא וועריאנטען וואס ווערן נתחדש מיט טבע, און עס האט השפעה אויף די אויסגאנג דורך
א השתלשלות פון א סיבה המסבב נאך א סיבה,
למשל ביי רעגן קען א פעולה פון מענטש אדער אן אנדערע בריה, שאפען אן אינפלוענס וואס זאל טוישען די מצב פון רעגן דיסטריביושען, און דאס איז
אויף וואס עס איז שייך תפילה, אז עס זאלען זיך מאכען גורמים אין די טבע,אז די הימלען זאלען גיבען
חשרת מים און גשמי ברכה.
 
אויבנאויף זעט עס טאקע אויס ווי א סתירה, אבער אז מען גייט מיט מיכאל אברהם'ס אלגעמיינע שיטה בנוגע "וואס איז הלכה", איז נישטא קיין שום סתירה.

חז"ל זענען אונז נישט געקומען פארציילן וואס די מציאות איז - בלויז "וויאזוי זיך צו פירן" היות דער מציאות איז אזוי. הלכה איז בעצם א געצייג וויאזוי צו עפלייען די מציאות צו אונזערע מעשים.

אלזא, אויב חז"ל האבן גענומען די מציאות פון א נס, און עפלייד צו דעם א הלכה אז מען טאר נישט מתפלל זיין דערויף, קען זיך דאס נישט טוישן, אפילו אויב היינט האלטן מיר אז זיי "וואלטן" אנדערש געזאגט אויב זיי וואלטן געהאט מער אינפארמאציע. הלכה קען מען נישט טוישן באזירט אויף דעם.

אבער עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן (לויט מיכאל אברהם) אז חז"ל האבן נישט אזוי גוט פארשטאנען טבע ווי מיר פארשטייען היינט, און ממילא זענען מיר געצוואונגען צו עפלייען דער הלכה צו אלע סארט ניסים - אפילו אויב חז"ל האבן נישט געוואוסט אז עס איז א נס
אבער דאס גופא וואס דו זאגסט יעצט איז א סתירה.
אויב הלכה קען זיך נישט טוישן ווען מ'וואס מ'ווייסט היינט דעמאלס דאס אז היינט ווייסט מען אז אלעס איז פרעדיקטעבל גייט נישט טוישן די הלכה וואס שטייט אין חז"ל (און חז"ל זאגן דאך קלאר אז מ'קען יא דאווענען).
און אויב דאס אז מ'ווייסט אז די מציאות איז אנדערשט גייט מען מיט וואס חז"ל וואלטן געזאגט ווען זיי ווייסן ווען, דעמאלס פאלט אוועק אלס וואס זיי זאגן וואס איז געבויט אויף פאלשע אינפארמאציע.

יעצט איך ווייס אז ער גייט קומען מיט פלפולים של הבל און מאכן ישיבישע שטיקלעך תורה, אבער ס'נאך אלס א פשוטע קאנטראדיקשן. סאררי.
 
עס זענען דא וועריאנטען וואס ווערן נתחדש מיט טבע, און עס האט השפעה אויף די אויסגאנג דורך
א השתלשלות פון א סיבה המסבב נאך א סיבה,
למשל ביי רעגן קען א פעולה פון מענטש אדער אן אנדערע בריה, שאפען אן אינפלוענס וואס זאל טוישען די מצב פון רעגן דיסטריביושען, און דאס איז
אויף וואס עס איז שייך תפילה, אז עס זאלען זיך מאכען גורמים אין די טבע,אז די הימלען זאלען גיבען
חשרת מים און גשמי ברכה.
כדי עס זאל נישט אויסקוקען ווי עס איז דיחוי בקש
איז דא א תלמוד אין גיטין אויף די פסוק המבינתך יאבר נץ יפרוש כנפיו לתימן,א מימרא בשם רב ד׳ רוחות מנשבות בעולם … ורוח דרומית קשה מכולן
ואלמלא בן נץ מעמידה מחרבת כל העולם כולו מפניה שנאמר וכו׳, עס איז א לשון פון דברי חכמים וחידותם, אבער ער זאגט קלאהר אז דער נץ אזא רויב פייגעל, האט אן אינפלוענס אויף די רוחות און ממילא אויף עננים און גשמים, איז זייער מיושב די תפילות אויף גשמים. ווייל אפילו פון דער נאטור איז דא א טריקעניש,עס איז כלה ענן וילך, קען ווערן אן אלטערניטיווע מצב,דורך ברואים מיט זייערע עקשענס און עס ווערט - שמע אלהים את תפילתי.
 
די דיון דא ווענדט זיך לכאורה אין די ברייטערע שאלה בכלל אין וויאזוי מ׳גייט צו צו פסיקת ההלכה. לדוגמא, ביי דיני וכללי טריפות איז דאך באקאנט אז דאס שטימט נישט מיט די מדע ימינו לגבי דעם צי זיי וועלן יא אדער נישט נאר לעבן א יאר, וואס דאס באדארף צו זיין דער כלל דערין. אבער דער חזו״א האט גע׳טענה׳ט אז די הלכות דערין זענען געווארן נקבע לויט די מדע וואס חז״ל האבן געהאט דעמאלטס, ווען ס׳האט זיך גע׳ענדיגט די שני אלפים תורה (ע"ז ט.). ענליך שרייבט הרב דר. נתן סליפקין לגבי דעם אז חז״ל האבן געהאלטן אז כינים זענען פון עיפוש, וואס איז א נפק״מ לגבי הריגתן בשבת (עיין באו"ח סימן שטז סעיף ט), הגם אונז ווייסן היינט אז ס׳נישט אזוי, וואס ער טערמינט "קענאניקעל אטאריטי" (ועיין במה שהבאתי בזה מהרב דר. מאיר טריביץ). און דאס זעלבע קען מען זאגן דא לגבי די השלכות הלכתיות פון הגדרת ״נס״ וואס איז געווען נקבע לויט די מדע שבימיהם, הגם ס׳האט זיך געטוישט לפי מדע זמנינו.

ועיין כאן.
 
לעצט רעדאגירט:

מען זאגט די נוסח אין די תפילה ביי ברכת מודים
ועל נסיך שבכל יום עמנו, יעדע טאג איז דא ניסים
-מיינט מען דרך הטבע ניסים - די טבע ווי אזוי זי פאונקשענט ווערט אהנגירופען נס , נאר די רגילות און געוואוינהייט נעמט אוועק די פיעלינג אז עס פאסירט א נס למשל א קינד וואס איז גיבוירען אין
מדבר נאך יציאת מצרים און ער וואקסט אויף מיט מן און מיט באר זעהט אינדעם נאטור, ער פיעלט נישט דעם נס איז אויף אזעלכע ניסים וואס איז אין דער נאטור, איז דא תפילה נפלאותיך וטובותיך שבכל יום.
 
Back
Top