בערך אזוי ווי
עַיִן תַּחַת עַיִן שֵׁן תַּחַת שֵׁן יָד תַּחַת יָד רֶגֶל תַּחַת רָגֶל (שמות כא-כד).
וְקַצֹּתָה אֶת כַּפָּהּ לֹא תָחוֹס עֵינֶךָ. (דברים כה-יב).
אויב טייטשט מען אלעס ליטערערלי, דאן וואלט ער דאך געציילט ספירה ממחרת שבת בראשית, פלוצלינג פארשטייען זיי אז ווען זאכן מאכן נישט קיין סענס, דאן המקרא יוצא מידי פשוטו,
ועיין עוד ערך מצות כתיבת ספר תורה וואס כמה פוסקים האלטן אז היינטיגע צייטן איז אנדערש, און מען איז נישט מחויב בדבר, טראץ וואס דאס מפקיע זיין מצות כתיבת ספר תורה אין לך רעפארם גדול יותר מזה, דאך האבן זיי פארשטאנען אז מ'נעמט נישט אייביג די לשון המקרא ליטערערלי, פלוצלינג דא איז ער שטעקן געבליבן מיט'ן ודבק באשתו.
ויש להאריך עוד בדבר, און מיר האלטן אינמיטן צוגרייטן א שנירל וואס וועט מלקט זיין אלע פעלער ווי די "גדולי הפוסקים" האבן דורכאויס די יארן רעפארמירט און אפגעווישט גאנצעטע דאורייתא'ס און דרבנן'ס, ועוד חזון למועד