- זיך איינגעשריבן
- מאי 17, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,402
- רעאקציע ראטע
- 5,176
- פונקטן
- 943
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
איך לײען יעצט די אנדערע פון יואל גוטמאן פון קרית יואל. איך האלט בײם 9טן פעידש. ער איז פײנע נײעס! ער קומט ארײן שטארק. עמיצער מיט מער אינפאָוּ װעגן אים? ס'דערקענט זיך קלאר א גרױסע געפּ אין נאָלידזש צװישן די צװײ, אונגער און גוטמאן. בשעת װאס אונגער (פונקט װי זײן רבי) האט ליב צו מאכן דרשהלעך, נוצן פענצי היברו טערמינען און זיך איבערחזרן אײנמאל און נאכאמאל, נוצט דער גוטמאן א בּאולדאוזינג כח הסברא און קלארע מקורות און ערקלערונגען, אזױ אז אפי' אזא לא שינה ופירשניק װי איך זאל קלאר קענען מיטהאלטן. ("וזהו הנקרא דזשענעטיק"ס"די דיון איז איבער א זאך וואס הייסט השתלת שחלת
שחלת איז די אווערי, דארט ווי אלע אייער ליגט ווען מ'ווערט געבוירן
צווישן די תשובות פון ר' חיים אהרן אונגאר און ר' יואל גוטמאן קען מען ארויסהאבן אלע צדדים פון די שאלה, און וואס די מציאות הדברים איז
קוקט אויס ווי @שמייכעל האט געהעקט @קץ דוחק ניק.איך לײען יעצט די אנדערע פון יואל גוטמאן פון קרית יואל. איך האלט בײם 9טן פעידש. ער איז פײנע נײעס! ער קומט ארײן שטארק. עמיצער מיט מער אינפאָוּ װעגן אים? ס'דערקענט זיך קלאר א גרױסע געפּ אין נאָלידזש צװישן די צװײ, אונגער און גוטמאן. בשעת װאס אונגער (פונקט װי זײן רבי) האט ליב צו מאכן דרשהלעך, נוצן פענצי היברו טערמינען און זיך איבערחזרן אײנמאל און נאכאמאל, נוצט דער גוטמאן א בּאולדאוזינג כח הסברא און קלארע מקורות און ערקלערונגען, אזױ אז אפי' אזא לא שינה ופירשניק װי איך זאל קלאר קענען מיטהאלטן. ("וזהו הנקרא דזשענעטיק"ס")
ס'איז נאר א שאד אז ער איז דער צד האיסור און דער אנדערער דער צד ההיתר. איך װײס נישט צו ס'איז נאך דא עמיצער װאס האט אזא שטארקע כוחא דהתירא װי איך אבער װאס זאל מען טוהן, הלכה װאלט נישט געטאָרט פארטראגן קײן דרײדעלעך. און נישט פונקט װאו ס'איז דיר אומבאקװעם מעג מען מיטאמאל מתיר זײן דעם שרץ בק"נ טעמים.
כ'װײס נישט פ"װ דו זאגסט אזױ? װעגן כ'האב געזאגט 'פונקט װי זײן רבי'? איז עס נישט אמת? יעדער װײסט פון ר' אהרן'ס כסף-נבחר סארט תורה'לעך. דתן ואבירם האבן געהאלטן פון קידשה לשעתה וקידשה לעתיד לבא און קרח האט געהאלטן משיכיר בין תכלת לכרתי א.א.וו.
איך לײען יעצט די אנדערע פון יואל גוטמאן פון קרית יואל. איך האלט בײם 9טן פעידש. ער איז פײנע נײעס! ער קומט ארײן שטארק. עמיצער מיט מער אינפאָוּ װעגן אים? ס'דערקענט זיך קלאר א גרױסע געפּ אין נאָלידזש צװישן די צװײ, אונגער און גוטמאן. בשעת װאס אונגער (פונקט װי זײן רבי) האט ליב צו מאכן דרשהלעך, נוצן פענצי היברו טערמינען און זיך איבערחזרן אײנמאל און נאכאמאל, נוצט דער גוטמאן א בּאולדאוזינג כח הסברא און קלארע מקורות און ערקלערונגען, אזױ אז אפי' אזא לא שינה ופירשניק װי איך זאל קלאר קענען מיטהאלטן. ("וזהו הנקרא דזשענעטיק"ס")
ס'איז נאר א שאד אז ער איז דער צד האיסור און דער אנדערער דער צד ההיתר. איך װײס נישט צו ס'איז נאך דא עמיצער װאס האט אזא שטארקע כוחא דהתירא װי איך אבער װאס זאל מען טוהן, הלכה װאלט נישט געטאָרט פארטראגן קײן דרײדעלעך. און נישט פונקט װאו ס'איז דיר אומבאקװעם מעג מען מיטאמאל מתיר זײן דעם שרץ בק"נ טעמים.
ק.פ.
סאוי אױב בײדע זענען ארונים, פארװאס האט מען אנגענומען אונגער און לאנדױ אנטקעגן גוטמאן?ער אייז א שטארקע ארוני א מו''ץ און ק''י ביי די ארונים
ער איז אבער עמטליכע ארבייטער ביי בוני עולם ער ארבעט דארט פול טיים און זייער אפיס און ק''י
ווען מ'קאלט זיין פרייועט סעל הייבט אויף זיין מעסעטש וועגן בוני עולם דריק 4
בד''ע אזוי ווי איך האב פריער געזאגט יעדער האט זיין אגענדע דא איז עס בוני עולם
און סאשע האט זיך אונטערגעברומט: כן ירבה וכן יפרוץ.דער סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט עטליכע ווערטער און זיך אויסגעדרוקט "ס'איז מותר לכתחילה".
שפעטער איז געווען די קאל פון סאטמאר רבי מהרי"י, ער האט געזאגט לגבי דעם היתר "אונזער בי"ד האלט אויך אזוי".
נאך א מזל ס'איז נישט קיין הארץ טרענספלענט; קענסטיך פארשטעלן די "הארץ קלאפּעניש" דעמאלס.
![]() ![]() [IMG alt="Meeting by Tosher Dayan (3).jpg"]https://ci3.googleusercontent.com/m...om/images/Meeting_by_Tosher_Dayan_3.jpg[/IMG] ![]() ![]() [IMG alt="Meeting by Tosher Dayan (6).jpg"]https://ci3.googleusercontent.com/m...om/images/Meeting_by_Tosher_Dayan_6.jpg[/IMG] ![]() ![]() [IMG alt="Meeting by Tosher Dayan (9).jpg"]https://ci3.googleusercontent.com/m...om/images/Meeting_by_Tosher_Dayan_9.jpg[/IMG] ![]() ![]() |
די אוסרים האבן שוין אבגשריבן זייער תשובותווי זענען די אוסרים?
מ'האט נאר גערופען אלע מתירים זאלען שאקלען מיט די קאפ און זאגן אמן?
ווי איז הרה"ג ר' הערשל אויש ווי איז ר אברהם הערש וואזנער
ס'איז מיר שטענדיק שווער צו לייענען די סארט מעסידזשעס ווייל מיינע אויגן שווינדלען מיר פון דארפן איבערהיפן אזויפיל הגה"צדיקס, שליטאס, און ליידיקע שטויביקע אויסדרוקן פון די פראפאגאנדע שרייבערלעך למיניהם. נאר דיע פאר האלבע זאצן האבן מיר געכאפט:
דאנערשטאג בהעלותך לסדר ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל תשפ"ה
היסטאָרישער געמיינזאַמער אסיפת גדולי תורה וההוראה פון שרי התורה גדולי הרבנים והמורים שליט"א דייני הקהילות רועי עדת ישורון מברר צו זיין דעת תורה הברורה להמצפים לזרע של קיימא
בבית עמוד ההוראה, הגאון הגדול דומ"ץ טאהש שליט"א אין בארא פארק
באטייליגט דורך רבני ודייני קהלות הקודש: סאטמאר, סקווירא, פאפא, בעלזא, וויזניץ, צאנז-קלויזנבורג, טאהש, וויען, באבוב-45, ראחמיסטריווקא, באיאן, סטאלין, ועודמיט א חרדת קודש איז היינטיגן דאנערשטאג לסדר ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל, פרשת בהעלותך תשפ"ה, געשריבן געווארן א פרק אין כלל ישראל'ס רייכע היסטאריע, סאיז געהערט געווארן דעם קלארן אומבויגזאמער דעת תורה הברורה, ביי א געמיינזאמער אסיפת ראשי עם קודש, זקני הוראה וגדולי התורה שליט"א, סביב לשלחן אחד אינעם תל תלפיות שהכל פונים אליו, במעון תורתו פונעם זקן ההוראה ועמוד ההלכה, מרן הגאון הגדול רבי בנימין זאב לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, וועלכער טראגט שוין דעם שרביט ההוראה א יובל יארן, און במיוחד איז הלכה כמותו אין די גאר קאמפליצירטע שאלות בעניני רפואה וואס מאכט זיך מדי יום ביומו ביים יהדות החרדית, וכל דבר הקשה יבואון אליו.
אין אן אויסנאמליכער שריט האט דער טאהשער דיין שליט"א פרעזענליך פאררופן די היינטיגע אסיפה, נאכדעם וואס א פארצווייגטער שאלה איז עולה על שלחן מלכים די לעצטע תקופה, און איז נוגע די צובראכענע פארפעלקער פון אידישע קינדער חשוכי בנים המצפים לישועה. זייענדיג דער ערשטער און לעצטער אדרעס פאר אט די שאלות און ספיקות האט דער גאון שליט"א געשפירט פאר וויכטיג אראפצושטעלן דעם קלארן דעת תורה הצרופה, אינאיינעם מיט די גדולי הוראה פון די גרעסטע קהלות קדושות בישראל, וואס זענען די עמודי ההוראה בדורינו להשיב בדבר ה' זו הלכה בכל מקומות מושבותיהם, ועל פיהם ישק כל דבר.
ביים אסיפה איז געווען אנוועזנד: דער בעל אכסניא הגאון הגדול עמוד ההוראה, רבי בנימין זאב לאנדא שליט"א, דומ”ץ טאהש; הגה"צ אבד”ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגאוה"צ חברי ביד"צ דקהל יטב לב סאטמאר שליט"א בשליחות רבם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגאון הגדול רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ”ץ שיכון סקווירא ורב מפעל הכביר "המדריך להוראה; הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד שליט"א, דומ"ץ פאפא בשליחות אביו כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א;הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א, אבד”ק באבוב 45,הגאון רבי חיים יחזקאל בערקאוויטש שליט"א, בשליחות אביו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש; (ע"פ סדר הא"ב) הגאון רבי אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א, אבד"ק מטה אפרים ור"י שערי יושר; הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומץ סאטמאר 15; הגאון רבי אלעזר ניסן שטראלי שליט"א, דומ”ץ סאטמאר דבר"י ב"פ; הגה"צ רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ”ץ סאטמאר קרית יואל; הגאון רבי ארי' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ”ץ סאטמאר ווילאמסבורג; הגאון רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ”ץ סאטמאר 18; הגאון רבי בנימין זאב פליישער שליט"א, דומ"ץ וויזניץ ב"פ; הגאון רבי בערל איינהארן שליט"א דומ”ץ סקווירא 12; הגאון רבי דוד לייב פישער שליט"א, דומ"ץ פאפא; הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א, אבד"ק מכלל יופי וחבר הביד"צ דסאטמאר; הגה"צ רבי חיים אלעזר פריעדמאן שליט"א, אבד"ק טענקא; הגאון רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א, דומ”ץ סאטמאר סאוט אכט; הגאון הגדול רבי יעקב מיללער שליט"א, אבד”ק אייזנשטאט; הגאון רבי יצחק ביסטריצקי שליט"א, דומ”ץ באיאן; הגה"צ רבי לוי יצחק גרינוואלד שליט"א, דומ"ץ פאפא ב"פ; הגה"צ רבי יצחק הערשקאוויטש שליט"א, אב"ד האליין ודומ"ץ צאנז קלויזענבורג; הגאון רבי ישראל ראזענבערג שליט"א, דומ”ץ וויזניץ וויליאמסבורג; הגאון רבי יעקב ברוך לעדערייך שליט"א, אבד"ק סטאלין ב”פ; הגאון רבי יצחק זלמן גיפס שליט"א אבד"ק ברכת אברהם וראה"כ ספינקא ב”פ; הגאון רבי משה פאגעל שליט"א, אבד”ק פני מנחם; הגאון רבי מאיר יוסף רובין שליט"א, דומ”ץ ראחמיסטריווקא; הגאון רבי פנחס כ”ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר גערי; הגה"צ רבי צבי היילפרין שליט"א דומ"ץ וויען ב”פ; הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, אבד"ק פאיע וחבר הביד"ץ ד'סאטמאר; הגאון רבי שמעון כ”ץ שליט"א, דומ”ץ סאטמאר מאנסי; הגאון רבי שלום פסח לאנגזאם שליט"א, דומ”ץ בעלזא ב”פ; הגאון רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר בנין בראך.
דער געהויבענער אסיפת ראשי עם קודש איז געעפענט געווארן מיט דברי פתיחה פון הרב הגאון רבי יצחק ביסטריצקי שליט"א, דומ"ץ באיאן ב"פ, וואס האט ארויסגעברענגט די געהויבענע זכי' ווען אזויפיל גדולי ומאורי ישראל זיצן אינאיינעם אין דעם בית וועד לחכמים פון אחד המיוחד מגדולי ההוראה, וואס פריערדיגע גדולי ישראל האבן אים געגעבן סמכות אויף האקעלע ענינים און אים פארבארגט צוטרוי אין יענע יארן איבער אסאך קאמפליצירטע שווערע שאלות און ספיקות בדברים העומדים על הפרק, און האבן זיך אויסגעדרוקט זעלטענע לשונות איבער דעם תורה ריז, ובפרט איז באקאנט דאס לשון וואס איז געווען מורגל בפיהם פון די גדולי קמאי "רבי בנימין איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו העלפן אידישע קינדער", איז זיכער אז ביי אט דעם כנסי' לשם שמים ווען מען קומט זיך צוזאם מברר צו זיין כשמלה דעם ריינעם דעת תורה וועט זיכער ארויסקומען א תועלת פאר די קומענדיגע דורות.
דער בעל אכסניא של תורה, מרן הגאון הגדול דומ"ץ טאהש שליט"א, האט אנגעהויבן זיינע ווערטער און קלארגעשטעלט אז מען איז נישט געקומען הערן זיין אייגענע דעת תורה, מ'איז געקומען איבערשמועסן די דעת תורה הבהירה וואס מיר האבן מקבל געווען פון די גדולי הפוסקים מדור הקודם, די גדולי ועמודי ההוראה והלכה, דער גאון שליט"א האט דערביי אויסגעשמיסט מיט א זעלטענע קלארקייט אין בהירות דער מציאות הדברים אין מברר געווען די יסודי הלכה בכל פרטיה געבויט אויף סוגיות הש"ס וגדולי הפוסקים לדורותיהם, אין בתוך הדברים האט ער דערמאנט הוראות פון די גדולי הפוסקים בדור העבר, מרן פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל ואתו עמו הגאון הגדול מרן הרב אלישיב זצ"ל בענינים אלו.
צווישן זיינע ווערטער האט דער דיין שליט"א דערמאנט די נעמען פון עטליכע גדולי הרבנים שליט"א, וואס האבן שוין גע'פסק'נט זייער דעת תורה, און זיך באדאנקט פאר די רבנים וואס לאזן הערן זייער דעת תורה בלי שום חת ומורא. אזוי אויך האט ער געזאגט פאר די פארזאמלטע רבנים שליט"א אז בשליחותו זענען געווען עטליכע מורי הוראה ביי די גדולי הרבנים והפוסקים שליט"א אין ארה"ק דן זיין אין די שאלה. א דראמאטישע ערנסטקייט האט געהערשט ביי די רבנים הגאונים מנהיגי הקהלות ומשיבים בדבר ה' זו הלכה דבר יום ביומו הערנדיג די דעת תורה פונעם עמוד ההוראה דער טאהש'ער דיין שליט"א.
דערנאך האט דער יו"ר הגאון רבי יצחק שליט"א אויסגערופען אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער ליגט שוין כמה חדשים בעובי הקורה לברר הדבר על בוריה, (ווי אויך איז דער רבי שליט"א אליינס געזעצען מיט הגאון הגדול דער טאהש'ער דיין שליט"א פארגאגענע מוצ"ש פרשת ויקרא {הגדול} און דן געווען לאנגע שעות אין די סוגיא אריכות וקצרות), האט פערזענליך פארבעטן הגאון הגדול רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ סאטמאר קרית יואל, וואס איז בקי בש"ס ופוסקים באופן מבהיל, אז ער זאל מברר זיין די גאנצע נושא ברור כשמלה עד להלכה למעשה, און דער דיין שליט"א האט בפקודת הקודש דאס מברר געווען בליבון אחר ליבון, אין איז צירוקגעקומען צום רבין מיט זיין דעת תורה להיתר, דער סאטמאר קרית יואל'ער דיין שליט"א האט בתוך רבים צוגעשטימט צו זיינע ווערטער פארנט פון די פארזאמלטע רבנים שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב הגאון בקי נפלא בעניני רפואה, רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א, דומ"ץ בית מדרש לב אהרן דסאטמאר, תלמוד מובהק פון הגה"צ דומ"ץ טאהש שליט"א, וועלכער האט אראפגעלייגט פאר די פארזאמלטע רבנים שליט"א די השתלשלות הדברים זייט די שאלה איז ארויפגעקומען על שלחן מלכים, און ער האט געזאגט אז דער טאהש'ער דיין האט ארויפגעלייגט אויף אים די משימה אז ער זאל איבערשמועסן די דעת תורה מיט די גדולי ישראל החיים אתנו לשלום, ארויסצוהעלפן די חשוב'ע משפחות המצפים לישועה, זיי אויפצורעכטן מיט די נויטיגע הילף. ער האט בתוך דבריו געזאגט אז דער טאהש'ער דיין שליט"א וואס איז פארנומען יומם ולילה מיט אלע סארטן שאלות און ספיקות וואס איז עולה על שלחן מלכים האט זיך אריינגעלייגט זיך מברר זיין אין די נושא בבירור אחר בירור כמה שנים.
און אן איבעראשענדער מאמענט אינמיטן די דרשה פון הגאון ר' חיים אהרן שליט"א, האט דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א געזאגט אז מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט יעצט גערופן אויפן טעלעפאון און ער וויל זאגן עטליכע ווערטער פאר די רבנים שליט"א. די רבי שליט"א האט אנגעהויבן זיינע ווערטער זאגנדיג: אז צוליב די וויכטיגקייט פון די אסיפה האט ער אליין געוואלט אנטייל נעמען, אבער צוליב די חתונה פון אן אייניקל היינט נאכט אין קרית יואל איז ער נישט געווען ביכולת. דאן האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט אז ער האט דאס אליין מברר געווען בירור אחר בירור, און ס'איז מותר בהיתר גמור, און אז אזוי האבן אלע גדולי ישראל געטוהן אין אלע דורות, זיך מייגע געווען אין מען איז אויפגעווען נעכט צו טרעפן א היתר פאר זאכן וואס זענען נוגע אידישע קינדער, ער האט בתוך דבריו געזאגט "איך האב אמאל געזאגט א ווארט דוד המלך האט געזאגט ידי מלוכלכות בדם שפיר ושליא, דוד המלך האט דען נישט געהאט וואסער זיך אפציוואשן די הענט, נאר וואס דען ער האט זיך פארשמירט די הענט וואס מען האט אים קרוטיקירט אין אראפגעריסן" אין ער האט אויסגעפירט אז מ'מוז זען ארויסצוהעלפן מיט אלע מעגליכקייטן די פילע משפחות וואס קוקן ארויס געהאלפן צו ווערן בזש"ק, זאגנדיג: ב"ה איך האב שוין געהערט פון מענטשן די לעצטע צייטן וואס דארפן אנקומען צו דעם באנוצן זיך שוין מיט'ן היתר, אין דער אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן טאקע געהאלפן ווערן מיט קינדער, אין דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט קינדער, אין עס זאל זיין בדרך הטבע אן דארפן צוקומען צום היתר, אבער די וואס דארפן צוקומען דערצו זאלן זיך באנוצן מיטן היתר אן א שום הארץ קלאפעניש, זיי זאלן וויסן אז עס איז היתר גמור!!!
דאן האט הגאון רבי חיים יחזקאל בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ בקיט"ל קרית יואל, דערציילט פאר די אנוועזנדע רבנים אז זיין פאטער, מגדולי זקני הפוסקים, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל שו"ת אגלי דבש, איז געווען גרייט צו קומען צו די אסיפה רבתי, אבער ס'איז אים באפאלן א חולשה, דעריבער האט ער פארגעליינט א מכתב פון אביו הגדול שליט"א ווי פאלגענד: אל מעלת כבוד הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א יושבים על מדין, כ"א בשמו הטוב יבורך משמי מרום, עדי נזכה לבנין בית ה' בראש הרים. נדרשתי לאשר שאלוני בדבר השאלה העומד על הפרק וכו', לעזור לאלו המצפים בכליון עינים להיפקד בזש"ק. הנה ידידי ומחו' מרן כ"ק אדמו"ר שליט"א כבר כתב בנידון זה בירור הלכה ארוכה וברורה בכחא דהתירא, ואחר העיון נצטרפתי לדבריו, ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות על ישראל שלום. כו"ח י"ג לחודש אייר כ"ח למבנ"י שנת תשפ"ה לפ"ק.
מיט די החלטת אסיפה, לפני מלכים מאן מלכי רבנן, האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול, מגדולי זקני הפוסקים, רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א, דומ"ץ שיכון סקווירא ורב מפעל הכביר "המדריך להוראה" וואס איז מדריך אריבער פינעף הונדערט מורי הוראה בישראל, בפרט אין עניני רפואה בהלכה, איבער דעם קלארע פסק הלכה פון די פריערדיגע גדולי ישראל בכח דהיתרא בלי שום גרעון, דער דיין שליט"א האט מיט רירנדע ווערטער געזאגט אז מען דארף זיך באגיין מיט די שאלה פונקט אזוי ווי אונזערע גדולים האבן עוסק געווען מיט אן היתר עגונה, אפירצוזוכן א צד היתר מיטן כח התורה. ער האט דערביי אונטערגעשטראכן דאס הארבקייט פון מערער זיין אויף א פסק הלכה וואס גדולים מדור הקודם האבן שוין מתיר געווען און די חוצפה פון זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען, ער האט געזאגט אז דאס באלאנגט אויסדרוקליך נישט פאר יונגע מורי הוראה, און זיכער נישט פארן המון עם. דער סקווירער דיין שליט"א האט אויסגעפירט און געשלאסן די אסיפה אז בסייעתא דשמיא ובכח דעת תורה וועט דאס ברענגן א ישועה רווחה פאר אזויפיל אידן המצפים לישועה.
ביים שליסונג פון די אסיפת קודש, איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי די רבנים שליט"א זענען פארבליבן איבערשמועסן די צדדי השאלה, און אינאיינעם מברר געווען די הלכה געבויט אויף וואס מיר האבן מקבל געווען פון די גדולי קמאי מדור הקדום, די רבנים שליט"א האבן זיך שווער געשיידט פון די הייליגע מאמענטן, ווען מ'האט אינאיינעם זוכה געווען לברר וללבן דבר ה' זו הלכה, אין לנו שיור רק התורה הזאת!![]()
![]()
[IMG alt="Meeting by Tosher
Dayan (3).jpg"]https://ci3.googleusercontent.com/m...om/images/Meeting_by_Tosher_Dayan_3.jpg[/IMG]
![]()
![]()
[IMG alt="Meeting by Tosher
Dayan (6).jpg"]https://ci3.googleusercontent.com/m...om/images/Meeting_by_Tosher_Dayan_6.jpg[/IMG]
![]()
![]()
[IMG alt="Meeting by Tosher
Dayan (9).jpg"]https://ci3.googleusercontent.com/m...om/images/Meeting_by_Tosher_Dayan_9.jpg[/IMG]
![]()
![]()
כ'האב אים טאקע געהערט זאגן פאראיאר אז ער קען זיך שוין אויס אין בויען כמעט בעסער ווי די בּילדערס אליינס.אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער ליגט שוין כמה חדשים בעובי הקורה