איך לײען יעצט די אנדערע פון יואל גוטמאן פון קרית יואל. איך האלט בײם 9טן פעידש. ער איז פײנע נײעס! ער קומט ארײן שטארק. עמיצער מיט מער אינפאָוּ װעגן אים? ס'דערקענט זיך קלאר א גרױסע געפּ אין נאָלידזש צװישן די צװײ, אונגער און גוטמאן. בשעת װאס אונגער (פונקט װי זײן רבי) האט ליב צו מאכן דרשהלעך, נוצן פענצי היברו טערמינען און זיך איבערחזרן אײנמאל און נאכאמאל, נוצט דער גוטמאן א בּאולדאוזינג כח הסברא און קלארע מקורות און ערקלערונגען, אזױ אז אפי' אזא לא שינה ופירשניק װי איך זאל קלאר קענען מיטהאלטן. ("וזהו הנקרא דזשענעטיק"ס"

)
ס'איז נאר א שאד אז ער איז דער צד האיסור און דער אנדערער דער צד ההיתר. איך װײס נישט צו ס'איז נאך דא עמיצער װאס האט אזא שטארקע כוחא דהתירא װי איך אבער װאס זאל מען טוהן, הלכה װאלט נישט געטאָרט פארטראגן קײן דרײדעלעך. און נישט פונקט װאו ס'איז דיר אומבאקװעם מעג מען מיטאמאל מתיר זײן דעם שרץ בק"נ טעמים.