הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

אבער למעשה טענה'ן די מתירים
אז ווי אין די תורה זעסטו אז מען רעכנט זיך מיטן DNA...
כ'פארשטיי נישט עפעס אנדערש: וואס טראכט די recipient?

כ'גיי דורכגיין א קאמפליצירטע אפעראציע צו קענען געבוירן א קינד וואס גייט אפילו נישט פעסס'ן א DNA טעסט, און דאס איינציגסטע יחוס וואס דאס קינד גייט האבן צו מיר איז אז כ'האב עס געטראגן פאר 9 מאנאטן, אויב אזוי קען מען דאך פשוט האוסטן יענעם'ס קינד, די פראצעדור ווערט אנגערופען surrogacy

ס'ארבעט אז מ'נעמט אן איי פונעם נדבן און מ'פערטילייזט עס מיט זרע פונעם טאטן דורך די IVF פראצעדור, איינמאל די טשולענט ווערט פארוואנדעלט אין אן עמבריא (עובר) לייגט מען דאס אריין אינעם רחם פון די סאראגעט - נעמליך די גאסט געבער וואס - אין אונזער פאל וועט אויכעט זיך דערקלערן "מאמע" אויף דעם צוקונפטיגן קינד וואס וועט ניטאמאל טראגן איר DNA.

נו! לאמיך פרעגן די קינדערלאזע מאמע: טאמער האסטו באשלאסן אז דו ביסט OK אפילו מיט א קינד וואס איז בלויז געהאדעוועט געווארן אינעווייניג אין דיין רחם, וואס איז דיר א חילוק צו מ'האט עס אריינגעלייגט שוין אלס עמבריא, צו מ'האט עס אריינגעלייגט אלס רויע אייער? :unsure:

אזוי צו אזוי איז עס סייווי נישט דיין ביאלאגישע קינד, און הלכה'דיג איז בפשטות נישט קיין חילוק צווישן SURROGACY און Ovarian Transplant, נו פארוואס זיך פייניגן מיט א אומנויטיגע אפעראציע וואס האט נישט קיין פשט?
 
כ'פארשטיי נישט עפעס אנדערש: וואס טראכט די recipient?

כ'גיי דורכגיין א קאמפליצירטע אפעראציע צו קענען געבוירן א קינד וואס גייט אפילו נישט פעסס'ן א DNA טעסט, און דאס איינציגסט יחוס וואס דאס קינד גייט האבן צו מיר איז אז כ'האב עס געטראגן פאר 9 מאנאטן, אויב אזוי קען מען דאך פשוט האוסטן יענעם'ס קינד, די פראצעדור ווערט אנגערופען surrogacy

ס'ארבעט אז מ'נעמט אן איי פונעם נדבן און מ'פערטילייזט עס מיט זרע פונעם טאטן דורך די IVF פראצעדור, איינמאל די טשולענט ווערט פארוואנדעלט אין אן עמבריא (עובר) לייגט מען דאס אריין אינעם רחם פון די סאראגעט - נעמליך די גאסט געבער וואס - אין אונזער פאל וועט אויכעט זיך דערקלערן "מאמע" אויף דעם צוקונפטיגן קינד וואס וועט ניטאמאל טראגן איר DNA.

נו! לאמיך פרעגן די קינדערלאזע מאמע: טאמער האסטו באשלאסן אז דו ביסט OK אפילו מיט א קינד וואס איז בלויז געהאדעוועט געווארן אינעווייניג אין דיין רחם, וואס איז דיר א חילוק צו מ'האט עס אריינגעלייגט שוין אלס עמבריא, צו מ'האט עס אריינגעלייגט אלס רויע אייער? :unsure:

אזוי צו אזוי איז עס סייווי נישט דיין ביאלאגישע קינד, און הלכה'דיג איז בפשטות נישט קיין חילוק צווישן SURROGACY און Ovarian Transplant, נו פארוואס זיך פייניגן מיט א אומנויטיגע אפעראציע וואס האט נישט קיין פשט?
ווייל די היימישע רבנים אסר'ן Surrogacy
 
ווייל די היימישע רבנים אסר'ן Surrogacy
הלכה'דיג איז בפשטות נישט קיין חילוק צווישן SURROGACY און Ovarian Transplant

ביי ביידע טראגסטו יענעם'ס אייער/קינד וואס א חילוק וואו די conception האט זיך אפגעשפילט? זעהסט דאך א ביי IVF באדערט דיך נישט אז די conception האט פאסירט אין א לאבאראטאריע
 
הלכה'דיג איז בפשטות נישט קיין חילוק צווישן SURROGACY און Ovarian Transplant
דאס איז דאך די גאנצע חידוש פון די מתירים אז עס איז יא א חילוק, ווייל ווילאנג די ביצה איז נאך אין די אוועריעס איז עס נישט ניכר און נישט ראוי להוליד, און עס דארף דורכגיין די הארמאנישע פראצעדור וואס פאסירט שוין ביי די צווייטע פרוי, דערפאר איז עס א חלק פון איר.
 
מיין שאלה איז נאר: וואס האט יעצט פאסירט? דאס איז דאך שוין - כנראה - גאנץ אן אלטע שאלה? איימיצער קען אריינקומען וועלכע דיין'ס קינד דארף יעצט דרינגענד א היתר?
ס'איז נישט אזא אלטע שאלה, דעי פעסידזשער איז געווארן מער עקסעסעבעל די לעצטע יאר צייט ווייל מ'טוט עס דא אין די סטעיטס.

ס'איז נישט ממש א דייןס קינד, נאר צוויי אינגעלייט זענען אריין צו מהר"א פרעגן צו זיי מעגן און מהר"א האט אנגעהויבן שפרינגן... אבער למעשה פראבירט ער עס צו מתיר זיין.
 
דאס איז דאך די גאנצע חידוש פון די מתירים אז עס איז יא א חילוק, ווייל ווילאנג די ביצה איז נאך אין די אוועריעס איז עס נישט ניכר און נישט ראוי להוליד, און עס דארף דורכגיין די הארמאנישע פראצעדור וואס פאסירט שוין ביי די צווייטע פרוי, דערפאר איז עס א חלק פון איר.
הייסט עס אז די תורה רעכנט זיך נישט מיט DNA אבער יא מיט הארמאנען?? :ROFLMAO:
 
איך זעה אז געוויסע דא זענען גוט צומושט, מ'רעדט נישט דא פון אייער דאנעישען און ניטאמאל פון אווערי, נאר פון אויווערי טישו ווואס די דיינים טענה'ן אז דעיס איז אנדערש.
 
נו אפשר ביסטו בעסער מסביר די מציאות איבער וועלכע מ'איז דן?

וואס איז דאס אויווערי טישו? און פונקטליך וויאזוי ארבעט די פראצעדור מתחילתו ועד סופו?

און דער עיקר: וועמען'ס DNA גייט דאס קינד פארמאגן?
 
וואס איז די חילוק פון אווערי און אווערי טישו? הלכה'דיג זיכער נישט
 
נאך מער טאמער ווילסטו מיר מתיר זיין "טישו" וועט מען אויכעט מעגן עסן lab grown meat פון חזיר ווייל ס'איז נאר cultivated פון "טישו"? :unsure:

אמרה ליה ילתא לרב נחמן מכדי כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותיה אסר לן דמא שרא לן כבדא נדה דם טוהר חלב בהמה חלב חיה חזיר מוחא דשיבוטא (חולין קט: )

אצינד קען מען צולייגן: אסר לן חזיר שרא לן טישו...

אויכעט האמיר שוין א וועג וויאזוי מטהר צו זיין ממזרים, מ'וועט לייגן זייערע אייער/טישו אינעם נדבן'ס רחם, און ס'אלעס מסודר, יכולין ממזרים ליטהר (קידושין סט.)

בוני עולם קען עפענען א טהרת ממזרים אפטיילונג

עולם התיקון
 
לעצט רעדאגירט:
נאך מער טאמער ווילסטו מיר מתיר זיין "טישו" וועט מען אויכעט מעגן עסן lab grown meat פון חזיר ווייל ס'איז נאר cultivated פון "טישו"? :unsure:
מיט טישו מיינט ער לכאורה נאר א חלק פון די אוועריעס, איך זעה נישט וואס דאס האט מיט לעב גראון
 
העמיר מסביר'ן:

טאמער פארשטייסטו אז 'טישו' וואס ווערט cultivated במקום אחר, ווערט דאס פארוואנדלט אין א בריה בפני עצמה, וואס האט מער נישט דאס מינדעסטע שייכות מיט די source פון וואנעט עס קומט, אויב אזוי קען מען מתיר זיין לעב גראון חזיר פלייש ווייל ס'קומט בלויז פון חזיר 'טישו' וואס מ'אנטוויקלט אין א לאבאראטאריע
 
יואלי לאנדא איז אויך זייער שטארק אריין געמישט דא, אז מ'זאל עס מתיר זיין,
אמת, יואלי לאנדא איז שטארק אריינגעמישט,
וואס גייט פאר מיט אינזער קאמיוניטי???
יעדע נושא קומט יואלי לאנדא אריין????
וואס זיכט ער אין די נושא צווישען ר' חיים אהרן און ר' זושא אויש???
 
ביי היתר עגונה נאך סעפטעמבער עלעווען איז די א תשובה פון רי רוטה אז מה"ת איז א די ען עי א שטארקע זאך...
יש לחלק אז דארט רעדט מען צו אידענטיפיצירן די מענטש וואס דאס איז גאר א שטארקע סימן, נישט אויף צו קובע זיין הורות
 
נאך מער טאמער ווילסטו מיר מתיר זיין "טישו" וועט מען אויכעט מעגן עסן lab grown meat פון חזיר ווייל ס'איז נאר cultivated פון "טישו"? :unsure:

אמרה ליה ילתא לרב נחמן מכדי כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותיה אסר לן דמא שרא לן כבדא נדה דם טוהר חלב בהמה חלב חיה חזיר מוחא דשיבוטא (חולין קט: )

אצינד קען מען צולייגן: אסר לן חזיר שרא לן טישו...

אויכעט האמיר שוין א וועג וויאזוי מטהר צו זיין ממזרים, מ'וועט לייגן זייערע אייער/טישו אינעם נדבן'ס רחם, און ס'אלעס מסודר, יכולין ממזרים ליטהר (קידושין סט.)

בוני עולם קען עפענען א טהרת ממזרים אפטיילונג

עולם התיקון
אה! און לאמיר נישט פארגעסן: די גאנצע הנחה פארוואס רעליגיע אנערקענט נישט טרענסגענדער איז צוליב די טענה פון DNA
( x y chromosome)

טאמער טענה'סטו אז DNA איז נישט רעלעוואנט אין הלכה, קען מען שוין גאנץ גרינג טרעפן א היתר צו טרענסדזשענדער ע"פ הלכה, מ'דארף בלויז איבערפלאנצן אביסל טישו (הארמאנען איז אויך מאסגעבנד לפי הנ"ל) און אלעס איז אין ארדענונג!
@יששכר כץ
 
נו אפשר ביסטו בעסער מסביר די מציאות איבער וועלכע מ'איז דן?

וואס איז דאס אויווערי טישו? און פונקטליך וויאזוי ארבעט די פראצעדור מתחילתו ועד סופו?

און דער עיקר: וועמען'ס DNA גייט דאס קינד פארמאגן?
כ'בין אויך נישט 100 פארצענט זיכער וויאזוי די מציאות ארבעט,

די DNA איז פון די דאונער
 
וואס גייט פאר מיט אינזער קאמיוניטי???
יעדע נושא קומט יואלי לאנדא אריין????
וואס זיכט ער אין די נושא צווישען ר' חיים אהרן און ר' זושא אויש???
יואלי לאנדא האט זיינס א באקאנטער וואס דארף צוקומען צו דעים
 
Back
Top