- זיך איינגעשריבן
- אוג. 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 505
- רעאקציע ראטע
- 2,104
כ'פארשטיי נישט עפעס אנדערש: וואס טראכט די recipient?אבער למעשה טענה'ן די מתירים
אז ווי אין די תורה זעסטו אז מען רעכנט זיך מיטן DNA...
כ'גיי דורכגיין א קאמפליצירטע אפעראציע צו קענען געבוירן א קינד וואס גייט אפילו נישט פעסס'ן א DNA טעסט, און דאס איינציגסטע יחוס וואס דאס קינד גייט האבן צו מיר איז אז כ'האב עס געטראגן פאר 9 מאנאטן, אויב אזוי קען מען דאך פשוט האוסטן יענעם'ס קינד, די פראצעדור ווערט אנגערופען surrogacy
ס'ארבעט אז מ'נעמט אן איי פונעם נדבן און מ'פערטילייזט עס מיט זרע פונעם טאטן דורך די IVF פראצעדור, איינמאל די טשולענט ווערט פארוואנדעלט אין אן עמבריא (עובר) לייגט מען דאס אריין אינעם רחם פון די סאראגעט - נעמליך די גאסט געבער וואס - אין אונזער פאל וועט אויכעט זיך דערקלערן "מאמע" אויף דעם צוקונפטיגן קינד וואס וועט ניטאמאל טראגן איר DNA.
נו! לאמיך פרעגן די קינדערלאזע מאמע: טאמער האסטו באשלאסן אז דו ביסט OK אפילו מיט א קינד וואס איז בלויז געהאדעוועט געווארן אינעווייניג אין דיין רחם, וואס איז דיר א חילוק צו מ'האט עס אריינגעלייגט שוין אלס עמבריא, צו מ'האט עס אריינגעלייגט אלס רויע אייער?

אזוי צו אזוי איז עס סייווי נישט דיין ביאלאגישע קינד, און הלכה'דיג איז בפשטות נישט קיין חילוק צווישן SURROGACY און Ovarian Transplant, נו פארוואס זיך פייניגן מיט א אומנויטיגע אפעראציע וואס האט נישט קיין פשט?