הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

נאך מער טאמער ווילסטו מיר מתיר זיין "טישו" וועט מען אויכעט מעגן עסן lab grown meat פון חזיר ווייל ס'איז נאר cultivated פון "טישו"? :unsure:
איך בין נישט זיכער אבער דאכט זיך אז די רבנות איז מתיר lab grown meat כאטש ס’איז נישט דורך שחיטה, וואס אויב lab grown חזיר איז א פראבלעם אלס חזיר, וואלט דאס אויך געווען א פראבלעם אלס נבילה. סאו הלכה׳wise בין איך נישט זיכער אז lab grown חזיר קען מען נישט מתיר זיין
 
איר האט א טעות מיט די טישו, מ'רעדט דא פון איבערפלאנצן א גאנצע אווערי.

בנוגע ר' יחזקאל ראטה און די ען עי, זיין זון איז טאקע פון די אוסרים אויף די פראצעדור.

איך האב געהערט אזא טענה, אויב די ען עי מאכט א פראבלעם דאן וואלט געדארפט זיין א פראבלעם מיט קינדער פון צווילינגען, זיי זאלן זיך נישט קענען משדך זיין צווישן זיך, ווייל די צווילינג האט די זעלבע די ען עי, איז אויב די ען עי איז קובע אז מ'איז א קינד פון די נותן השחלת וואלט געדארפט אויסקומען אז די קינדער פון א אידענטיקל צווילינג זענען געשוויסטער, נישט קאזינס ווייל זייערע עלטערן האבן די זעלבע די ען עי.

איך פארשטיי נישט אינגאנצן די טענה, איך זאג נאר איבער.

ר' בנימין לאנדא איז די הויפט מתיר, ער האלט אז די אוסרים פארשטייען פשוט נישט די מציאות הדברים וויאזוי סעלס ארבעטן, ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי אסאך גרויסע רבנים וואס קענען אסאך הלכה, אבער ווען ס'קומט צו מציאות רעדן זיי פאר פייער און פאר וואסער.
 
די אמת איז אז ביי היימישע אידן גלייבט מען אז אויב מ'טראכט פון א שווארצע זאך בשעת מעשה קען די קינד זיין שווארץ, אויב אזוי וועם גייט אן DNA? די צורה פון די קינד וועט זיך ווענדן לויט וואס מ'טראכט בשעת מעשה. נישט אזוי?
 
לענ"ד איז די פאוינט נישט אז מ'רעכנט זיך נישט מיט DNA, נאר אז אויב מיט די פליישיגע אויגן זעט מען א מאן וואס האט א קינד מיט זיין פרוי, איז נישט דא קיין שום מקום בהלכה וואס זאגט עפעס א פראבלעם
 
כ'מיין אז דו האסט די טעות
קום אין פרייוועט
פארוואס אין פרייוועט? ווייל דו האסט מורא אז דו האסט א טעות?

איך האב נישט קיין פראבלעם צו געפראווט ווערן ראונג אין פובליק, איך וועל מודה זיין אויפן טעות.
 
פארוואס אין פרייוועט? ווייל דו האסט מורא אז דו האסט א טעות?

איך האב נישט קיין פראבלעם צו געפראווט ווערן ראונג אין פובליק, איך וועל מודה זיין אויפן טעות.
איך האב פארשטאנען פון דיין חבר י״פ אז מרעדט דא פון טישו
 
איך האב פארשטאנען פון דיין חבר י״פ אז מרעדט דא פון טישו
איך האב אויך אזוי פארשטאנען אנפאנג, אבער דאן האב איך געהערט אנדערש, פרעג אים איבער.

קענסט טאקע קומען אין אישי זאגן ווער דו ביסט, אז דו גייסט שוין מיינע חברים בין איך שוין נייגעריג ווער דו ביסט..
 
איך האב אויך אזוי פארשטאנען אנפאנג, אבער דאן האב איך געהערט אנדערש, פרעג אים איבער.

קענסט טאקע קומען אין אישי זאגן ווער דו ביסט, אז דו גייסט שוין מיינע חברים בין איך שוין נייגעריג ווער דו ביסט..
צדיק, דו האסט א שוואכע קאפ??
 
האט עס נישט ר' משה פיינשטיין מתיר געווען?
 
איך האב געהערט אזא טענה, אויב די ען עי מאכט א פראבלעם דאן וואלט געדארפט זיין א פראבלעם מיט קינדער פון צווילינגען, זיי זאלן זיך נישט קענען משדך זיין צווישן זיך, ווייל די צווילינג האט די זעלבע די ען עי, איז אויב די ען עי איז קובע אז מ'איז א קינד פון די נותן השחלת וואלט געדארפט אויסקומען אז די קינדער פון א אידענטיקל צווילינג זענען געשוויסטער, נישט קאזינס ווייל זייערע עלטערן האבן די זעלבע די ען עי.
איך פארשטיי נישט די טענה, די קינד איז זיך מתייחס נאך דער וואס "גיבט" די DNA, אויב צוויי מענטשן האבן די זעלבע DNA און ביידע גיבן די זעלבע DNA פאר זייערע קינדער מיינט עס נאכנישט אז זיי זענען געשוויסטער, יעדער איז זיך מתייחס נאך ווער עס האט אים געגעבן די DNA.
 
דאס מיינט IUI
דאס האט כמעט יעדער מתיר געווען,
אויסער דאכט זיך מיר סאטמאר רב
ניין! די מערכה איז געווען איבער נעמען זרע פון א פרעמדע (נישט אידישע) מאן וואס דאס האט נאר ר' משה פיינשטיין מתיר געווען און כמעט יעדער האט עס גע'אסר'ט, ובראשם סאטמאר רב. דו רעדסט ווען מ'נעמט פון די מאן וואס דאס איז יעדער היינט מתיר (חוץ ר' חיים לייב כ"ץ), איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הוראה פון סאטמאר רב אויף דעם.
 
ivf איז א יעדער מתיר חוץ ר' חיים לייב כ"ץ,
איך ווייס נישט וואס
מיינט, אבער נעמען זרע פון א פרעמדע (נישט אידישע) מאן, האט א יעדער גע'אסר'ט (ר' משה פיינשטיין האט עס געוואלט מתיר זיין)
למעשה איז נישט דא קיינער היינט וואס איז עס מתיר, (סאטמאר רב האט געהאלטן שארפער, אז ס'הייסט ממזירות...)
 
IUI מיינט אז מ'לייגט אריין זרע פון די מאן אין די פרוי, און IVF איז אז מ'מאכט די זרע הבעל און ביצת האשה זאל קולט זיין אין א לעב און נאכדעם לייגט מען עס אריין אין די פרוי.
 
נאך מער טאמער ווילסטו מיר מתיר זיין "טישו" וועט מען אויכעט מעגן עסן lab grown meat פון חזיר ווייל ס'איז נאר cultivated פון "טישו"? :unsure:

אמרה ליה ילתא לרב נחמן מכדי כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותיה אסר לן דמא שרא לן כבדא נדה דם טוהר חלב בהמה חלב חיה חזיר מוחא דשיבוטא (חולין קט: )

אצינד קען מען צולייגן: אסר לן חזיר שרא לן טישו...

אויכעט האמיר שוין א וועג וויאזוי מטהר צו זיין ממזרים, מ'וועט לייגן זייערע אייער/טישו אינעם נדבן'ס רחם, און ס'אלעס מסודר, יכולין ממזרים ליטהר (קידושין סט.)

בוני עולם קען עפענען א טהרת ממזרים אפטיילונג

עולם התיקון
ס׳נישט אפגעפרעגט, די גמרא אליינס אין קידושין געט עצה׳ס פאר ממזרים זיך צי מטהר זיין, אדרבה ס׳א גוטע זאך.
 
IUI מיינט אז מ'לייגט אריין זרע פון די מאן אין די פרוי, און IVF איז אז מ'מאכט די זרע הבעל און ביצת האשה זאל קולט זיין אין א לעב און נאכדעם לייגט מען עס אריין אין די פרוי.
וויאזוי נעמט מען עס פון די מאן
 
Back
Top