די שאלה האט מען שוין דן געווען יארן צוריק להלכה ולא למעשה, ס'איז לעצטנס געווארן א שאלה וואס איז נוגע, ס'איז שוין דא עטליכע חרדים וואס האבן עס געטון מיט היתרים.
איך האב שוין געהערט א שטיק צייט צוריק אז די רבנים פלאנען עס צו מתיר זיין, ר' חיים אהרן ארבעט מיט ר' בנימין לאנדא, ר' בנימין וויל עס שוין מתיר זיין א שטיק צייט אבער ער האט געוואלט האבן בעקינג פון עלטערע רבנים, סאו ער האט געשיקט ר' חיים אהרן ער זאל ארבעטן דערויף.
ס'הייסט אז ר' יושע ראזנבערג איז עס מתיר, די סאטמארע רבנים פון ביידע זייטן גייען די וואך ארויסקומען מיט א היתר דערויף.
דאס מיינט אז ר' אברהם הערש וואזנער וואס איז אונטער ר' אהרן וועט נישט קענען צופיל פארפירן, ער האט ארויסגעגעבן א בריוו אז זיין זיידע הרב וואזנער האט עס געאסערט, ווי אויך ר' יואל גוטמאן א דיין אונטער בוני עולם און אונטער ר' אהרן האט אויך געשריבן א תשובה לאיסור.
ר' מענדל זילבער איז שטארק לאיסור, ער האט זיך פרובירט צו טענה'ן מיט ר' אהרן, אבער ר' אהרן איז שטארק אויף להיתר, ס'הייסט אז ער האט געזאגט פאר ר' מענדל זילבער אז פאר אייך איז די שאלה נישט נוגע, צו מיר זענען שוין געקומען עטליכע אינגעלייט פרעגן צו זיי מעגן עס טון.