הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

ס'איז טאקע איין לאנגע תשובה
און ער קריגט מיטן אגרות משה אויף ביידע

שו"ת דברי יואל/אבן העזר/סימן קז
ער אסר'ט הוצאת זרע לצורך בדיקה, אבער ער אסר'ט נישט IUI אדער IVF פון די אייגענע מאן
 
ער אסר'ט הוצאת זרע לצורך בדיקה, אבער ער אסר'ט נישט IUI אדער IVF פון די אייגענע מאן
איי ווי עף איז ארויסגעקומען א יאר פאר ער איז אוועק סאו ער האט נאכנישט דן געווען דערוועגן, איי יו איי האט ער נישט געאסערט, ער האט נאר אריינגעווארפן אין די תשובה ובזמנו צווחו עליו הרבה, סאו ס'קוקט טאקע אויס ווי ס'שמעקט אים נישט די מהרשם, אבער ער קריגט נישט אפן.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Image 2025-03-31 at 10.57.21 PM.jpeg
    WhatsApp Image 2025-03-31 at 10.57.21 PM.jpeg
    736.7 KB · געזען: 96
היינט נאכט גייט זיין א אסיפה בבית מהר"יי [ווי די רבי וועט לאזן הערן דעת קדשו] מיט זיינע דיינים און מיט ר' בנימין לאנדא
 
וואס האלט מהריי?
איך מיין אז ער פירט זיך נישט אריין צישטעקן די נאז ביי יעדע נושא אין כלל ישראל וואס האט נישט קיין שייכות מיט זיין אדמו"רת, (אזוי אלע אדמורים), נאר אנשטאט לאזט ער עס פאר זיינע מומחים, די דיינים אין פוסקים פין זיין קהילה זיי זאלן עס אויס פסקענען,

ער ליידט נישט פין די איך, מיך, זיך קרענק,
 
וואס דען איז די אסיפה ביי אים?
 
און וואס האלט זיי וועגן הזרעה מלאכותית?
 
די שאלה האט מען שוין דן געווען יארן צוריק להלכה ולא למעשה, ס'איז לעצטנס געווארן א שאלה וואס איז נוגע, ס'איז שוין דא עטליכע חרדים וואס האבן עס געטון מיט היתרים.

איך האב שוין געהערט א שטיק צייט צוריק אז די רבנים פלאנען עס צו מתיר זיין, ר' חיים אהרן ארבעט מיט ר' בנימין לאנדא, ר' בנימין וויל עס שוין מתיר זיין א שטיק צייט אבער ער האט געוואלט האבן בעקינג פון עלטערע רבנים, סאו ער האט געשיקט ר' חיים אהרן ער זאל ארבעטן דערויף.

ס'הייסט אז ר' יושע ראזנבערג איז עס מתיר, די סאטמארע רבנים פון ביידע זייטן גייען די וואך ארויסקומען מיט א היתר דערויף.

דאס מיינט אז ר' אברהם הערש וואזנער וואס איז אונטער ר' אהרן וועט נישט קענען צופיל פארפירן, ער האט ארויסגעגעבן א בריוו אז זיין זיידע הרב וואזנער האט עס געאסערט, ווי אויך ר' יואל גוטמאן א דיין אונטער בוני עולם און אונטער ר' אהרן האט אויך געשריבן א תשובה לאיסור.

ר' מענדל זילבער איז שטארק לאיסור, ער האט זיך פרובירט צו טענה'ן מיט ר' אהרן, אבער ר' אהרן איז שטארק אויף להיתר, ס'הייסט אז ער האט געזאגט פאר ר' מענדל זילבער אז פאר אייך איז די שאלה נישט נוגע, צו מיר זענען שוין געקומען עטליכע אינגעלייט פרעגן צו זיי מעגן עס טון.
איך ווייס פון א קאפל וואס די ווייב איז געבוירן מיט פערטילעטי אישוס ...
און זי האט געזאגט פאר איר מאן אז זי וויל מאכן קינדער נאר פון איר אייער ....
 
וואס דען איז די אסיפה ביי אים?
איך פארשטיי סאיז אן אסיפת הדיינם, וואס זיינע פוסקים גייען באשליסן וויאזוי זיינע קהילה מעמבערס זאלן טאן, אלס מנהיג הקהילה קימט עס מזאל עס דורך שמועסן מיט אים אויך,

ער איז אבער נישט קיין חלק פין כלל ישראל'ס הלכה'דיגע פולמוס, אזאך וואס געהערט נאר פאר דיינים, און נישט פאר קיין עטנעשאן סטיקערס וואס ציטערן אז די וועלט זאל חלילה פארגעסן אז זיי עקזיסטירן,
 
שמעתי אז מהרז''ל פילאף איז מתיר
 
אויב די רבי קען נאך אזויפיל לערנען ווי זיינע דיינים טאר ער נישט האבן קיין מיינונג בלויז ווייל ער איז א רבי? זיין עולם האט דאך אים מקבל געווען פאר זייער מורה דרך.

גראדע הלכה'דיגע פולמוס'ן איז אלע יארן געווען א פיל וויכטיגערע טייל פון די דשאב פון גדולים און רבי'ס פיל מער ווי גיין באזוכן נייע בנינים און קעמפס. דיינים זענען געווען געמאכט צו פסקענען טאג טעגליכע שאלות פארן המון עם און א בית דין איז געווען געמאכט צו פירן דין תורות בעניני ממונות וכדו'....
 
אויב די רבי קען נאך אזויפיל לערנען ווי זיינע דיינים טאר ער נישט האבן קיין מיינונג בלויז ווייל ער איז א רבי? זיין עולם האט דאך אים מקבל געווען פאר זייער מורה דרך.
מעגן? זיכער מעג ער,

נאר א מענטש מיט געזינטע נאטורען גייט עס נישט צי זיכען צי טיען, בשעת ער האט געשטעלט פראפעסיאנעלע מענטשן פאר דעם דשאב,

און דער קראנקער מענטש וואס לעבט אין פאביע אז א צווייטער זאל באקומען עפעס אנערקענונג, כבוד, וועט טיען אלעס זיך אריין צי שטיפען די נאז, אז מזאל חלילה נישט פארגעסן פין אים, אפילו סגייט אויפן חשבון אז זיינע אייגענע פראפעסיאנעלן, גייען אדאנק דעם נישט קענען געבן קיין ריכטיגע פסק,(עכ"פ סוב קאנטשעסלי)

מעגן, מעג מען זיכער, פינקט אזוי ווי ממעג זיך ציקריגן און בארעדן א נעפיא, אויב דאכט זיך אז ער גייט אפשר אוועקנעמען אביסל כבוד 6 טוזנט מייל אוועק, אבער נארמאלע מענטשן טיען דאס נישט,
גראדע הלכה'דיגע פולמוס'ן איז אלע יארן געווען א פיל וויכטיגערע טייל פון די דשאב פון גדולים און רבי'ס פיל מער ווי גיין באזוכן נייע בנינים און קעמפס. דיינים זענען געווען געמאכט צו פסקענען טאג טעגליכע שאלות פארן המון עם און א בית דין איז געווען געמאכט צו פירן דין תורות בעניני ממונות וכדו'....
איך מיין די מאכסט א שטיקל מיש מאש צווישן אדמורים, גדולים, רבנים, פוסקים, דיינים, מוצ'לעך, עכ"פ די היינטיגע סיסטעם מיט אדמורים איז זיכער נישט אזוי, און אזוי טיען טאקע אלע אדמורים אויסער איינער, אבער אגעין, ער מעג, זאל דאס נאר זיין, זיין גרעסטע פארברעך...
 
Back
Top