הלכות מכנסיים ובו ג׳ סעיפים.

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
1,152
רעאקציע ראטע
6,768
.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8032.jpeg
    IMG_8032.jpeg
    548.8 KB · געזען: 138
אין אמת'ן אריין איז נאר דא צוויי הלכות ווייל די דריטע איז א איבערגע'חזר'ט סעיף?

נאר ס'קומט צו זאגן אז מ'איז עובר אויף אן עשה מיט א לא תעשה.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב געהאט א קלעסמעיט וואס מען האט אהים גערופן פנחס געהלע-גאטשע פעילט נישט אויס קיין הסברים פארוואס מען האט עים גערופן אזוי, לימים נתעשר און פארשטייט זיך אז מען האט אהים אנגעהויבען צי רופן מיט זיין נערמאלע נאמען.

פארוואס דערצייל איך עס? סתם ווייל מען רעדט פון גאטשעס
(זאדגטס ענק נישט איך בין נישט ב*** בעלעגלה און ס׳דער ערשטער מאל און דער לעצטער איך דערצייל דעי מעשה
כ'זעה האסט מורא ארויסצוזאגן דעם בערל'ס נאמען מיט'ן שם המפורש🤣
 
איך פארשטיי נישט די אבסטראקטע שיעור פון שיהיו רחבים הרבה בריוח. לדעתי איז דאס אין קעגנזאץ פון אלעס וואס מ'האט אונז מחנך געווען די אלע יארן אז מ'ברויך א פונקטליכע שיעור ומה נשתנה הבגד הזה?

ווען וועלט איז וועלט וואלט מען געדארפט יעדן געבן א קלארע סייז, צוויי אינטשעס מער פון ווען די מעשה דארט איז בקישוי אזוי אז ס'זאל קענען ארומלויפן אן זיך דארפן כאפן ס'אטעם. יעדער זאל האבן א סייז נאכן זיך אפמעסטן וויפול זיין מוהל האט אים איבערגעלאזט און לויט דעם קען ער קויפן הויזן.

בדרך אגב האלט איך אז מענער זאלן אויך האבן סיעמס אויף די הויזן. ליידער הערט מען פעלער פון בחורים אדער יונגעלייט וואס גייען פאר זכרים און מיר האבן אן אחריות צו פארמיידן נסיונות אויף ווי ווייט מעגליך, ב"ה אז סיעמס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ממש א בחינה פון בטליה ליצרא דעריות וגירא בעינא דשטנא אויף אן אופן מבהיל, וואס אפילו גוים וואס ווילן זיך אפהאלטן זאגן אז דאס איז די איינציגסטע וועג וואס איז בדוק ומנוסה (כמבואר בעלון השמיעיני את קולך, עיי"ש ותמצא תחת).
 
ווער טאקע איז אויפ געקומען מיט די געניאלע איינפאל פון סיעמס? ער האט געמוזט זיין א קינקי גיי, איך קען אינגעלייט וואס גייען נאר פאר פרויען מיט סיעמס. אפשר דארף מען מבטל זיין די פעטיש פון סיעמס , עס ברענגט כמעט אזויפיל מכשולות ווי די מצוה טאנץ פירצה.
 
ווער טאקע איז אויפ געקומען מיט די געניאלע איינפאל פון סיעמס? ער האט געמוזט זיין א קינקי גיי, איך קען אינגעלייט וואס גייען נאר פאר פרויען מיט סיעמס. אפשר דארף מען מבטל זיין די פעטיש פון סיעמס , עס ברענגט כמעט אזויפיל מכשולות ווי די מצוה טאנץ פירצה.
זעהט אויס אז די חכמים האבן טאקע נישט געוואלט מבטל זיין די תאוה פון סיעמס ווייל דאן קען ווערן א שארטעדזש אינעם פרו ורבו
 
פארגעסן די הלכה אז מען מוז עס קויפן ביי א G פירמע (G&G, GB, GLAUBERS), אז נישט איז דאס ערגער ווי טרינקען COKE.
וויפיהל אידיש געלט קען מען שפארן אויס די הויזן איז פון א גוישע קאמפעני
 
פארגעסן די הלכה אז מען מוז עס קויפן ביי א G פירמע (G&G, GB, GLAUBERS), אז נישט איז דאס ערגער ווי טרינקען COKE.
וויפיהל אידיש געלט קען מען שפארן אויס די הויזן איז פון א גוישע קאמפעני
גאר אסאך. איך טענה שוין לאנג אז אלע זאכן, עסן און אפילו קליידער אין וועלכעס מ'טוט מארקעטן מיט אידישע קידוש לבנה אויתיות זאל מען באיקאטירן. ס'באדערט מיך גראדע גאר שטארק צו זאגן אזאנע ווערטער ווייל סוכ"ס זענען דאס מיינע אידישע ברודער וועלכעס זוכן צו מפרנס זיין זייערע משפחות, אבער דערפאר ברויכן זיי נישט אריינברענגן רעליגיע אין זייערע געשעפטן און אזוי ארויסזייגן אידיש אויסגעהארעוועטע געלטער
 
Back
Top