המכה לארץ ותרעד יגע בהרים ויעשנו

איני יודע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 17, 2024
מעסעדזשעס
113
רעאקציע ראטע
341
א פרייליכן חודש ברודער! כווייס, כווייס, סאיז אב, כהאב עס נישט געמיינט...

אדער יא😜

זיץ איך מיר היינט אין מקווה, בינעך שוין באלד דורכגעקנעטן מיט ווייסע פינגער (יא דאס וואסער האט געטראפן עפעס א וועג זיך אונטער צו שמוגלען מיין הויט🙄 סווארט אים נאך א ערנסטע אפען טאלק...), גרייט אריינגעווארפן צו ווערן אין איינס פון די טעפ וואס בעט זיך מיט טרע... וואס??... נעווערמיינד...

אויפאיינמאל, זעץ! דאס אויבערשטע טרעפ זאפט איין דאס ערשטע ווארענונג!

מיין טיטשער איז געווען גערעכט טראכט איך צו זיך, 'הער שוין צו איינמאל פאר אלעמאל' האט ער געדונערט! דו פארפאסט וויכטיגע לערעס.... למעשה, (נאך א מזל כהאב אים נאכגעגעבן דאס מאל ...) בקיצור, "ווען דו וועסט לעכערן דיין שטוב אינעם שיף, זאגט ער, וועט דאס גאנצע זינקען... גענוי אזוי האט פאסירט; דאס גאנצע אין-איין-מאל-געגאסענע דאורייתא בור בעל כרחו יענה אמן צום באפעל, המכה לארץ ותרעד, דאס איז עס! אונזער חאניאק איז דא! שטייצעך צום דריטן טאג אנע שויער, וואט די פאק, די וואסער ווארפט זיך ווי נאכן ארויסגראבן דאס שטיקל פלענקען מעמקי הטשאלענט... יאיא, דעי פיעס וואס יעדער לאזט דארט ביז שבת אינדערפריה און האלט עס טאפ סיקרעט, מאכט זיכער צו שלאפן אין אן עקסטערע צימער ווייל אפשר וועט ער עס דערציילן אינמיטן שלאף.... און האפט צו באקרוינט ווערן אינדערפריה שבת טאטע (אדער מאמע... נאך אלעס ווייסט זי דאס בעסטע ווי עס געפונט זיך😜)

שוין סבאלד חצות לאמיר זיך א רוק טאן

אזוי מאכנדיג מיין וועג ארויס צווישען די כוואליעס טראכט איך צו מיר, סדא 3 צייטן ווען מאיילט זיך ארויס פון בור, שבת און יום טוב, די ניין טעג, און כהאי גוונא ווי היינט ווען אונזער חאניאק מאכט אפ צו באזוכן דאס נייעס צענטער😂

דא קומט אבעא די גילטי פילינג נאך פארן בכלל אריינגיין בבחינת מעיקרא מאי קסבר ווען סאיז א מצב פון א חוט המשולש: ת"ב שחל להיות בשבת (אקעי, סאיז א נדחה) און 'דער' חאניאק באווייזט זיך במלוא הדרו נאך א גאנצע וואך מקיים זיין דאס מנהג (אדער איזעס ניטאמאל דאס) פון לאזן מאראסט ווארצלען ווי אימער סטרעפט נאר א האר אזש ער גייט שוין איינגעבויגען ווי אן אייזל אונטערן לאסט

קום איך אן צום שויער, קאלט! האלאו! ווי פלעגט די רבי זאגן? ספרעגט זיך ווי פון זיך אליין, זו תורה וזו שכרה?😅

האלטסט מדארף גיין אין שויער אין די ניין טעג אין מקווה? אפשר איז געקומען די צייט צו מבטל זיין דעי גאנצע זאך
הא? עפעס אזוי

א לעכטיגן זיסען חודש און א גרינגע סיום מסכתא😜
 
במלחמת תשעת הימים הכתוב מדבר.

איך בין זיך נוהג מקדמת דנא צו גיין אין שויער יעדן טאג ובפרט אין די ימי המצרים וואס די מצב אינעם בור איז גאר געפארפול.
די מאס באקטעריע וכל מראין בישין וואס געפינט זיך און די מי סוטה בימים האלה קען קיין שום כלארין אין די וועלט נישט מבטל זיין.
די סרחון איז עד לב השמים, אזוי אז ס'קומט אן ביז משיח'ס נאז און ער שרייט אויס 'מ'ברויך ענק באמת אויסלייזן פון דעם גלות אין וואס איר געפינט זיך, אבער זוכט א צווייטן ביטע'.

הלכה למעשה איז די דא באקאנטע פסק פון הגר"ע יוסף ז''ל, שמי שמחמיר בזה הוא חמור. (ולא כחמורו של פנחס בן יאיר אלא כחמורו של בלעם).

און אפילו לשיטת האשכנזים איז איינער וואס גייט יעדן טאג אין שויער אן איסטניס שמותר לו לרחוץ.

בכלל איז ביי חסידים די מנהג אז ביי א יארצייט עסט מען זיך אן מכל טוב וטוב איז דאך ק"ו ווען ס'קומט די יארצייט פונעם ביהמ"ק דארפן מיר עקסטער עסן אין זיך פרייען.
 
לעצט רעדאגירט:
שכח פארן דערמאנען אז ס'איז ראש חודש און נאכדערצו ראש חודש אב.

רב קופלמאן פלעגט זאגן אז אין די ניין טעג פייניגט מען זיך אבער נישט יענעם, מ'זאל נעמען א שויער.
 
רוב דיינים וועלן געבן היינט א היתר צו נעמען א שויער אין די 9 טעג, במיוחד לפני שבוע שחל בו, וכ"ש בע"ש חזון לכש"ק, אבער נישט בפרהסיא, נאר אינדערהיים.
מ'דארף אבער פרעגן פארן טוהן, און עס טוהן לתועלת, נישט בקלות כאילו ס'האט נישט מיט אונז די גאנצע חורבן בית המקדש... ווייל כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו החריבו בימיו.
 
פארוואס דארך מען פרעגן? פארוואס דארף איך זיין תלוי אינעם דיין ער זאל מיר "א טובה טוהן" און געבן א היתר?
 
אפשר איז עס א ביטערן געלעכטער
מער גלות ביים טון נאר וואס א דיין לאזט אנשטאט פון מחליט זיין אליין
 
רוב דיינים וועלן געבן היינט א היתר צו נעמען א שויער אין די 9 טעג, במיוחד לפני שבוע שחל בו, וכ"ש בע"ש חזון לכש"ק, אבער נישט בפרהסיא, נאר אינדערהיים.
מ'דארף אבער פרעגן פארן טוהן, און עס טוהן לתועלת, נישט בקלות כאילו ס'האט נישט מיט אונז די גאנצע חורבן בית המקדש... ווייל כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו החריבו בימיו.
זייט ווען ברויך מען א היתר צו זיין א נארמאלער צוזאמגענומענער מענטש?!
 
אין שו"ע (רמ"א) שטייט אז מ'טאר זיך נישט שויערן
אויב וויל מען זיך פירן אנדערש פאר א סיבה, דארף מען א בר סמכא
אז דו האסט סמכות צו זיין א דיין, מעגליך אז דו קענסט אויך פסקנ'ן פאר דיר אליינס...
 
ווי שטייט מ'דארף טוהן וואס שטייט אין שו"ע
ווי שטייט מ'דארף א בר סמכא צו טון אנדערש
 
אין שו"ע (רמ"א) שטייט אז מ'טאר זיך נישט שויערן
אויב וויל מען זיך פירן אנדערש פאר א סיבה, דארף מען א בר סמכא
אז דו האסט סמכות צו זיין א דיין, מעגליך אז דו קענסט אויך פסקנ'ן פאר דיר אליינס...
דאס שטייט אויך אין רמ"א אז מ'ברויך א בר סמכא צו גיין אין שאוער אין די ניין טעג?? אדער דאס האבן די אחרונים צוגעלייגט?
 
ווי שטייט מ'דארף טוהן וואס שטייט אין שו"ע
ווי שטייט מ'דארף א בר סמכא צו טון אנדערש
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך בין א איד וואס פרובירט צו טוהן וואס גאט האט באפוילן אין די תורה און אויך וואס די חכמים האבן אונז געלערנט כמה שכתוב לא תסור, ממילא פרוביר איך זיך צו פירן אין דזשענערל וואס עס שטייט געשריבן אין שו"ע ונושאי כלים להלכה.
מעגליך אז דו ביסט נישט קיין איד, אדער ביסטו א איד אויפן נאמען, אבער היטן דעם אייבערשטנס געבאטן ווילסטו נאר למחצה ולשליש ולרביע.

ס'איז דא אסאך מאל חילוקי דעות, מחלוקת להלכה וכדו', אבער זאגן ווער זאגט מ'דארף?!.... איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב נישט דעם נסיון...
 
ווי שטייט לא תסור מיינט שו"ע
כ'פרעג פון ווי נעמסטו וואס דו זאגסט פרעגסטו אויב איך בין א איד
 
ווי שטייט לא תסור מיינט שו"ע
נאכמער, וואו שטייט אז לא תסור מיינט דוקא איין דעה? קענסט פונקט אזוי אננעמען הרב עובדיה יוסף וועלכער האלט אז ס'גאר א חיוב זיך צו שאוערן אין די ניין טעג!
 
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך בין א איד וואס פרובירט צו טוהן וואס גאט האט באפוילן אין די תורה און אויך וואס די חכמים האבן אונז געלערנט כמה שכתוב לא תסור, ממילא פרוביר איך זיך צו פירן אין דזשענערל וואס עס שטייט געשריבן אין שו"ע ונושאי כלים להלכה.
מעגליך אז דו ביסט נישט קיין איד, אדער ביסטו א איד אויפן נאמען, אבער היטן דעם אייבערשטנס געבאטן ווילסטו נאר למחצה ולשליש ולרביע.

ס'איז דא אסאך מאל חילוקי דעות, מחלוקת להלכה וכדו', אבער זאגן ווער זאגט מ'דארף?!.... איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב נישט דעם נסיון...
איך האב געלייקט דעם שנירל ווייל בין איינשטימיג מיט די תוכן הדברים. אבער דער רעטאריק גראדע גלייך איך נישט אזוי.
 
איך האב געלייקט דעם שנירל ווייל בין איינשטימיג מיט די תוכן הדברים. אבער דער רעטאריק גראדע גלייך איך נישט אזוי.

גערעכט, איך בין נישט קיין שארפע מענטש בטבע אדער במידות, איך האב נישט געזוכט אזוי ווייט דעם סארט אויסשפראך, ווי א וועג וויאזוי ארויסצוברענגען וואס איך וויל זאגן...
 
Back
Top