דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די נאטור אז איך קען פארנעמען יעדעם איינעם מיט זיינע אלע שיטות און מיינונגען און אמונות ישרות וטפילות.
דער אייבערשטער האט מיר אויך געגעבן די נאטור פון שטארקייט, און געווענליך ווער איך נישט געפאלן פון ליצנות, און אפי' מ'מאכט זאגאר ליצנות פון דעי צוקווטשטער... און אפי' די רוח און גייסט איז יא אזוי צו טוהן...
דיסקלעימער: איך בין א גרויסע בעל תאווה ליידער, און מעגליך בין איך אינעם יצר'ס פעקל אסאך מער ווי אנדערע, במחשבה דיבור ראיה ומעשה.
און אפי' איך האב די שטארקקייט נישט צו ווערן געפאלן פון ליצנות ודומיהם, האב איך אבער נישט די שטארקייט נישט צו ווערן אריינגעדרייט אין תאוות, און אין זאכן וואס די עינים וידים ושאר אברים באקומען א גופניות'דיגע הנאה. ממילא קוק איך אזוי אויס...