המן און אחשוורוש אין טעראפיע

ההוא גברא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 19, 2024
מעסעדזשעס
90
רעאקציע ראטע
497
אינספירירט און טיילווייז באזירט אויף א שיעור דורך ר' YY דזשעיקאבסן.

לאמיר אנעליזירן די מעשה פון די מגילה פון א פסיכאלאגישע פערספעקטיוו, אונז גיי מיר פסייקא אנאליזירן דער קערעקטערס פון די מגילה, און פראבירן צו אפלערנען די פאליטישע עלעמענטן, עמער זעהן ווי ס'וועט אונז נעמען.(פארשטייט זיך ס'איז reductionist און speculative, פארט קען עס זיין אינטרעסאנט).

אחשורוש איז אן אינסעקיור טיפ, ער וועט טוהן אלעס אין די וועלט פאר וועלידעישן , ער האט נישט קיין אייגענע דעת, ווייסט נישט וואס ער אליין וויל, קען נישט נעמען אייגענע באשלוסן, ער וועט טוישן זיין מיינונג געוואנדן אין וועם ער דארף זיך געפעלן (די גמרא רופט איהם 'הפכפכן'). הקיצור, ער רייסט זיך אויף מיט א מעגא פארטי פאר די גאנצע לאנד, יעדער דארף וויסן פון וועלכע מאטריאל די קארפעט און די פירהענג זענען געמאכט, כרצון איש ואיש, פראבירט זיך צו געפעלן פאר יעדער אינדיווידואל אין זיין גאנצע מלוכה, און האט נישט עכט קיין שום רוקנביין, והשתיה כדת 'אין אונס'...

המן איז איבערגעשפיצט קלוג, הונגעריג פאר מאכט, א נארסעסיסט מיט א ריזיגע עגאו וואס דארף די גאנצע וועלט, וכל זה אנני שוֹה לי... די רילעישנשיפ צווישן המן און אחשוורוש קען מען פארגלייכן צו דער רילעישנשיפ צווישן סטאלין און בעריע (אדער אפשר טראמפ און מאסק 😏) - אן אינסעקיור פאראנויד דיקטאטור מיט א פיפיגע מיניסטאר וואס רייט אויף זיין אינסעקיורעטי, און פיטערט און ריענפאורסד כסדר דעם דיקטאטור'ס אינסעקיורעטי פאר זיין אייגענע בענעפיט, ער קאנווינסד איהם צו הרגנ'ן ושתי ווייל זי איז נישט געטריי און גייט ארגאניזירן א פעמיניסט רעוואלאציע... כי יצא דבר המלכה להבזות בעליהן בעינהן. אנטי woke פאליטיקס גייט איהם אן ווי די פאריעריגע שניי, המן וויל סתם זעהן ושתי אין דער ערד, פשוט צו עלימינירן סיי וועלכע קאמפעטישן פאר powerַ.

אחר הדברים האלה, נאך די בגתן ותרש קאנספיראציע, גידל את המן, לכאורה וואס איז די שייכות? פשוט, המן זאגט פאר אחשוורוש, "זעהסט? יעדער וויל דיך הרגנ'ן!" און נאר איך קען דיך באשיצן, המן ווערט די דע פאקטא פירער פון די לאנד און האט אחשורוש אין זיין לינקע טאש.

בעריע האט געטוהן ענליך מיט סטאלין ווי ער האט "געראטעוועט" סטאלין פון א א.ג. פלאט פון אידישע דאקטוירים, זיי אלע פארשיקט קיין סיביר, און מיט דעם געוואונען זיין אויסשלסליכע טראסט, סטאלין האט כסדר גע'הרג'ט און פארשיקט זיין ארומיגע, ער האט קיינעם נישט געטראסט חוץ בעריע.

שטארק מעגליך אז המן איז גאר געווען ביהיינד די בגתן ותרש plot, ער האט פארשטייט זיך זיכער געמאכט אז ס'נישטא קיין ties צוריק צו איהם, ער איז דער וואס האט זיכער געמאכט ס'זאל ליעקן צו מרדכי אן דעם וואס מרדכי זאל כאפן אז ער ארבעט פאר איהם. הגם ער איז נישט געווען דער וואס האט געראטעוועט אחשורוש האט עס איהם נאכאלץ געלוינט, וואס מער פאראנויד אחשורוש איז אלס מער בענעפיט איז עס געווען פאר איהם. ווארט! שריי נישט 'קאנספיראציע טעאריע', איין טאג וועט מען נאך ריליעסן די פיילס און דעמאלס וועסטו זיין חוזק...

המן איז אויפגערעגט אויף מרדכי פאר'ן זיך נישט בוקן.ער דארף אחשורוש'ס הילף. וואס איז די גרינגסטע וועג צו אינפלוענסן א נארישע קעניג? אונז האבן א גאנצע קאמיוניטי פון אימיגראנטן וואס שטעלן זיך נישט צו, נישט נאר דאס נאר אויב מ'טרייבט זיי ארויס וועט עס זיין גוט פאר די עקאנאמיע ועשרת אלפים כיכר אשקול, מ'וועט אריינרוקן נייע געלט אין די עקאנאמיע, על ידי 'עושה המלאכה', אונז זעמער דא פאר די ארבעטער קלאס גאר... אחשורוש ענטפערט "הכסף נתון לך, והעם לעשות בו כטוב בעינך", צום פאלק האט אחשורוש בעסער פארשטאנען ווי המן. "מ'קען טוהן מיט'ן פאלק וואס מ'וויל" זאגט ער איהם, דארפסט זיי אפילו נישט געבן קיין פעני, קענסט האלטן דיין גאנצע געלד, שניידן אלע פראגראמען, באשאף א נאראטיוו און זיי וועלן דיר לאזן טוהן וואס די ווילסט נאר.ויקראו סופרים המלך, אן עקזעקיוטיוו ארדער ווערט געשריבן להנתן דת.

מ'דארף פארשטיין, וואס איז פשט אחשורוש'ס אייגענע מלכה האט מורא צו אריינקומען? נאר דאס איז אלעס א טייל פון המנ'ס ארבעט ווי ער האט געמאכט אבנארמאלע סעקיוריטי מאסנאמען ארום אחשורוש, אז אפילו די נאנסטע האט מען נישט געטראסט. המן איז געווען די סאמע איינציגסטע מענטש וועם אחשורוש האט געטראסט. אסתר האט נישט געקענט סתם באיינפלוסן אחשורוש ווילאנג זיין גאנצע טראסט איז געווען ביי המן.

אסתר איז אבער א געריבענע דיפלאמאט וואס פארשטייט פונקטליך וואס טוט זיך דא, זי פארשטייט פונקט ווי המן אז די שליסל צו קאנטראלירן אחשורוש איז דורך פיטערן זיין פארענויע. גלייכצייטיג, פארשטייט זיך אויך אז המנ'ס שוואכקייט איז זיין איגאו, און אסתר פיטערט דאס אויך מיט די עקסלוסיוו אינוויטאציעס צו פריוואטע פארטיס, המן פארדעכטיגט גארנישט ווייל ער איז אזוי פארכישופט. ויצא המן שמח וטוב לב, א נארסעסיסט איז געווענליך אויף היי אלערט און ערלויבט זיך נישט צו לאזן וואוילגיין, דא האט אסתר'ס פלאן אנגעהויבן ארבעטן, המן איז צו פריילעך צו זיין פארזיכטיג.

אסתר רופט המן און אחשורוש צום סעודה נישט איין מאל נאר צוויי מאל, ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס, אחשורוש'ס פאראנויע הייבט אן שפילן אויף כוחות, אז אפשר האבן זיי אן עפעיר אדער גאר קאנספירירן זיי קעגן איהם, פארשטייט זיך ער קען נישט איינשלאפן, ער הייבט שוין אן צו האבן ספיקות אין המנ'ס געטריישאפט.

נאכדעם קומט די מעשה מיט די ספר זכרונות.

המן האט געמיינט אז די קעניג ווייל איהם באלוינען, למי יחפוץ המלך לעשות יקר יותר ממני, אין זיין מוח האט ער געוויסט אז די גאנצע מעשה פון בגתן ותרש איז זיין קרעדיט, סאו סאבקאנטשעסלי האט ער projected, נישט כאפנדיג אז די קעניג טראכט פון מרדכי. המנ'ס מחשבות איז לכאורה שטארקע פרוף אז ס'איז געווען זיין קאנספיראציע. אדער ווי טאקער קארלסאן וואלט געזאגט: אויב דאס איז נישט עווידענס, ווייס איך נישט וואס איז יא...

אונז האט מען אויסגעלערנט אז המנ'ס טאכטער האט געמאכט א טעות ווען זי האט איהם באשפריצט מיט סוער, אבער אונז ווייסן אז דא איז קיין שום טעות לכאורה נישט געשעהן (דער וואס איז אויפגעוואקסן מיט א טאטע א נארסעסיסט, פארשטייט...).

ענדליך אסתר פארציילט אחשורוש אז המן וויל איר הארגענען מיט איר פאלק, אחשוורוש איז אינגאנצן צומישט, ער געדענקט אינטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו ארויסטרייבן די שלעכטע אימיגראנטן (דער וואס עסן די קעץ און די הונט...) ער האט נישט געכאפט אז זיין אייגענע ווייב איז אויך אן אימיגראנט......... פלוצלינג הייבט ער אן כאפן ווי המן האט איהם אויסגענוצט און פארדרייט א קאפ. ער דארף פרישע לופט, ער גייט ארויס כאפן א ציגארעטל זיך איבער קלערן.

און דאן קומט אחשורוש אריין פונקט ווען המן פאלט אויפ'ן בעט פון אסתר (אלעס אויסגעפלאנט דורך אסתר) און דאס גאנצע חמת המלך רייסט אויף אין המנ'ס פנים, אלע יארן פון המנ'ס מאניפולאציעס איבער אחשורש'ס מענטל אינסטעבילעטיס קומט צוריק און בייסט המנ'ן אין זיין וויזויהייסטעס.
 
לעצט רעדאגירט:

אויב איך בין זיך נישט טועה איז דאס פשוט פשט פון די גאנצע מגילה, נאך פין די ראשונים
 
זייער שיין. און א שכוח פארן ברענגען הרב yy ער איז מלא וגדוש מיט זיינע מעשיות פון סטאלין און אלעס ארים איך וואלט געזאגט ער איז די בעסטע רעדנער

אגב די גאנצע קאנצעפט פון זיין שמיעס האב איך געליינט אלטס קינד אינעם ביכל דאס יודישע חכמות און פקחות

איין פאוינט וואס דו שרייבסט נישט איז אז פארוואס האט ער בכלל גענימען דעם ספר הזכרונות ? נאר ווייל ער האט געטראכט אויב זיי ווילן מיר הארגענען פארוואס קימט מיר קיינער עס נישט דערציילן אהא איך ווייס פארוואס ווייל איך בין א כפוי טובה איך באצאל ממילה נישט ציריק סא קיינער איז נישט אינטערסירט מיר צו ראטעווען. און טאקע דערפאר האט מיר יעדער פיינט ווייל איך בין א עגאעסט וואס איז נישט מכיר טובה .

דערפאר האט ער געבעטן דעם ספר הזכרונות צו זעהן וועם ער איז שילדיג א דאנק .

נאכדעם האט ער געטעסט המן אויב זיין פאראנוי איז ריכטיג, און ווען המן האט אזוי שיין גענטפערט יביאו לבוש מלכות , האט אחשוורוש געטראכט אהא איך בין דאך יא גערעכט , דעי חצוף דאס טראכט ער א גאנצע טאג ער וויל ווערן קעניג און מיך הארגענען!

פיינעלי מען קימט צום סעודה אחשוורוש ברענט פאר כעס אויף המנ'ן און ער וויל שוין וויסן וואס אסתר וויל עכט און אסתר זאגט עים המן אחשוורוש כעס געט א פלאטץ אויף און הארגעט עים
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איך בין זיך נישט טועה איז דאס פשוט פשט פון די גאנצע מגילה, נאך פין די ראשונים
קען זיין, איך האב עס געהערט פון ר' דזשעיקאבסן, און כ'האב הנאה געהאט פון די וועג וויאזוי ער האט עס פרעזענטירט.
 
אז מען רעדט שוין איינער קען מיר דא העלפן מיט דער אניגראם ...

אחשוורוש לכאורה א זעקסער
המן ? אפשר אויך א זעקסער? אדער א 8
ושתי א אכטער?...
אסתר?
מרדכי?
 
איבער מרדכי הצדיק טראכט איך נאך. ס'דא זייער ווייניג מיט וואס צו ארבעטן.

די ארטיקל האט זיך אנגעהויבן שרייבן אלס קורצע תגובה אין די מגילת אסתר שנירל וואס מר שושני האט געעפענט, ס'איז געווארן לענגער האב איך אפגעמאכט צו עפענען א נייע שנירל, ס'נישט באמת געווען אינגאנצן גרייט, כ'האב נאך געהאט אפאר האלבע איידיעס אין קאפ וואס צו אריינלייגן, למעשה האט זיך עס בטעות געשיקט בשעת'ן עדיטן, האב איך עס שוין געלאזט אזוי.
 
אסתר איז א דריי, דאכט זיך אז מרים אדהאן אין איר עניגראם ביכל באצייכנט אזוי אסתר.
 
איבער מרדכי הצדיק טראכט איך נאך. ס'דא זייער ווייניג מיט וואס צו ארבעטן.

די ארטיקל האט זיך אנגעהויבן שרייבן אלס קורצע תגובה אין די מגילת אסתר שנירל וואס מר שושני האט געעפענט, ס'איז געווארן לענגער האב איך אפגעמאכט צו עפענען א נייע שנירל, ס'נישט באמת געווען אינגאנצן גרייט, כ'האב נאך געהאט אפאר האלבע איידיעס אין קאפ וואס צו אריינלייגן, למעשה האט זיך עס בטעות געשיקט בשעת'ן עדיטן, האב איך עס שוין געלאזט אזוי.
פאר אזא מייסטער פורים שפיל קומט זיך טאקע א באזונדערע שנירל. א געמיש פון פשוט'ע פרשנות און פאליטישע אבזערוואציע...

זיס און שיין, מלא חן, זעה ווייטער אנצוגיין.
 
טאקע? וואס עפעס?
ביי יעדער נומבער שרייבט זי א ליסטע פון היסטארישע פיגורן וואס זענען יענער טייפ, סתם צו געבן אזא פילינג פון וואס מ'רעדט. ביי דריי לייגט זי - צווישן אנדערע - אסתר (אויב כ'געדענק, שוין געליינט זייער לאנג צוריק), מ'קען איר פונקט אזוי געבן אנדערע נומבערס. דריי האט די סוקסעס עלעמענט וואס מ'זעהט אין אסתר ווי אויך דיפלאמאטישע געריבנקייט גייט צוזאמען מיט דריי.
 
איך וואלט געזאגט אפשר זי איז א ניינער
די וועג וויזוי זי פרעגט פון מרדכי וואס גייט פאר תממיתדיגירהייט כאילו זי ווייסט נישט
די וועג וויזוי זי וויל נישט ג'יין צום קעניג
נאכדעם וואס זי גייט שוין יא צום קעניג שטיפט זי אפ דעם טעסק
🤣
 
Back
Top