הנהגה טעראר אין קרית יואל - נייעס און באריכטן

טשאדעלע באדעלע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 2, 2024
מעסעדזשעס
246
רעאקציע ראטע
837
ווי באקאנט איז די סאטמארע פאליטיק כמעט ווי טויט די לעצטע צען יאר, די צוויי קהלות האבן זיך צוטיילט מיט אלעם און יעדער האט זיך אויפגעבויט זיין אייגענע באזע אין אלע שטעט.

איז אבער דא איין אינזל וואס הייסט קרית יואל, וואס דארט גייט יא אן די גאנצע מחלוקה ווי אין די מיטל אלטער ס' יארן, ווייל דארט הערשט מיט א שטארקייט האדמו"ר מהר"א, וואס ווי באוואוסט האלט ער די רעקארד אלס די וועלטס גרעסטע רבי בעל מחלוקת, זייענדיג דער רב וואס האט שוין בארעדט די מערסטע רבנים, זיך שוין צוקריגט מיט די מערסטע משפחה מיטגלידער, און וועט אפילו פארארבעטן מעשים אויך אריינצושלעפן אנדערע רבנים זיך צו קריגן מיט די אייגענע קינדער (דוגמא, ר' ישראל'טשע מ'וויזשניץ)

אבער וויבאלד אין די 2020 יארן אז שוין נישט אזוי אין סטייל קהילות זאל זיך קריגן, נאר מ'פארגינט אז אלע קינדער זאל ווערן רבי, און ס'וועט נישט אויסנעמען שיין אין די גאס אז אין קרית יואל קריגט מען זיך נאך יא, זענען די יועצים אויפגעקומען מיט א פלאן אז מגייט עס רופן הנהגה, און אונטערן שלייער פון הנהגה און רוחניות, וועט מען גוט צושטויסן און צוקלאפן דעם ברודער מיט די חסידים, און איך וועל ווייטער וואקען מיטן גראדן רוקן, כ'האב דאך גאר געראטעוועט דעם רבי'ן זכרונו לברכה'ס שטאט פון אונטערגאנג.

און מיט דעם שלייער, טעראריזירט מען דעם ברודער מיט זיין קהילה, נישט ח"ו ווייל דער רבי איז א 77 יעריגער בעבי, און נאכן זיך אנפרעסן מיט כבוד א גאנצע לעבן קען ער נאך אלס נישט פארגינען אז זיין ברודער גייט מסדר קידושין זיין ביי זיינס א חסיד חתונה אין זיין אייגענע זאל, נעה, קיינמאל.... הנהגה! ער ראטעוועט די שטאט.

און מיט דעם שלייער דיקטעט מען דעם גאנצן שטאט, און שטערט די אנדערע קהלות פון בויען בתי מדרשים, בניני המוסדות, פארשפרייטן זייער קהילה סערוויס'עס, ווייל ווי באקאנט אין אלע אידישע שטעט ווי ס'איז דא מערערע קהילות, איז דא גרויסע פראצענטן אסימילירטע קינדער, א דאנק דעם וואס ס'איז נישט דא נאר איין דיקטאטור.

דאסמאל איז געפאלן א קרבן, א פאפא'נער אינגערמאן פין מאנסי, וואס האט אפגעקויפט די געוועזענע מינט ליעף סופערמארקעט, (וואס די טעראריסטן האבן אים ארויסגעלייגט פון ביזנעס, נאכן זיך שלאגן מיט זיי די לעצטע פאר יאר, ווייל ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צי זייערע דיקטאטן.)

דער אינגערמאן, אלס דרויסנדיגער, האט געוואלט נעמען הכשרים פון ביידע קהילות, וועלנדיג צופרידנשטעלן ביידע צדדים, אזאך וואס גאר אסאך פירמעס טוען, און האט זיך געוואנדן צו ביידע קילות מיט א פארלאנג צו באקומען זייער הכשר. דא אבער איז דער בער ארויסגעטאנצן פון זאק, און ווי נאר די ארונים זענען געוואר געווארן אז זיי באקומען אויך די הכשר פון די זאליס, האט מען איינגעשפאנט די גאנצע באוואוסטע טעראר קאמפאני צו טעראריזירן דעם אינגערמאן, אז ער טאר בשום אופן נישט נעמען די הכשר פון די זאליס, מיטן תירוץ, אז וואס? הנהגה.

די חברה סטראשען, אז אויב נעמט ער די זאלי הכשר, איז נישט נאר ער באקומט נישט זייער הכשר, נאר זיי וועלן ארויסשטעלן א צעטיל אז מ'טאר נישט קויפן דארט וועגן מכשולות, און ער וועט נישט טארן אדווערטייזן אין די שטאטישע אויסגאבעס, און זיי גייען אים ארויסטראגן פון ביזנעס, אזוי ווי זיי האבן סוקסעספולי געטאן מיטן אלטן גראסערי.

די זאליס ביזדערווייל האבן ארויסגעשטעלט א צעטיל אז זיי געבן דעם הכשר, אזוי ווי דער אייגענטומער האט געבעטן, מיט א צעטיל פון קהל צו שטיצן דעם געשעפט.

אבער דער אינגערמאן איז אובד עצות וואס צו טאן פון דא און ווייטער, ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין די שמוציגע הנהגה פאליטיק, ווען ער האט בסך הכל געוואלט צופרידנשטעלן ביידע צדדים, ער האט נעבעך אונטערגעשאצט די געמיינקייט פון דעי טעראריסטן, מיטן תורה'דיגע הנהגה שלייער.

וואס דא גייט זיך אויסקאכן איז שווער צו וויסן, ווי היסטאריע האט באוויזן, איז זייער שווער צו בייקומען דעי מושחתים, ווייל זיי האלטן זיך נישט אפ פון גארנישט, כידוע פון די באלעבאסטע, וואכנשריפט, מינט ליעף, ועוד מערכות,

אויף די אידטיש וועבסייט שע"י קיט"ל סאטמאר ק"י (מהר"א) געפירט דורך די צוויי מייסטער פראפאגאנדיסטן מרדכי ואחיו אהרן יוסל פריעדמאן האט מען היינט ארויסגעשטעלט די פאלגענדע מעסעדזש, וואס לפי זה, האבן זיי געזיגט, און ער גייט נאר האבן זייער הכשר. בלייבט נאר צו זען אויב דאס איז אמת, אדער נאר א חלק פון זייער שקרים'דיגע פראפאגאנדע, מיט וואס זיי זענען וואויל באקאנט:

*כשרות אין קרית יואל, נוסח קרית יואל.*

*היינט מיטוואך פארנאכטס האט די ניי ערעפנטע "קענאפי" סופערמארקעט אין שכונת דברי חיים ק"י, ערהאלטן די חותם כשרות פון "ועד הכשרות קרית יואל" אויף אלע אייגענע עסן אפטיילונגען פונעם געשעפט, אזוי אויך די רי-פעקעדזשינג, נאכ'ן אונטערשרייבן אויפ'ן הסכם כשרות נאכדעם וואס די ועד איז אין די לעצטע טעג אריבער אויף אלע הוראות און זיכער געמאכט אז אלעס וועט זיין אויפ'ן העכסטן סטאנדארט ב"ה.*

*ס'איז וויכטיג צו דערמאנען אז די ועד הכשרות גיט נישט קיין השגחה אויף אלע פראדוקטן פון א געשעפט, נאר אויף די פראדוקטן אדער סערוויסעס וועלכע האבן נישט קיין ארגינעלע סיעלינג פון א קאמפאני, דאס איז אונטער'ן השגחה פונעם ועד. די אנדערע האבן נאר דעם הכשר וואס ערשיינט אויפ'ן לעיבל.*

*אין די טעג בעפאר האבן צירקולירט שמועות אז די גראסערי האט גענומען אנדערע השגחות אנדערש ווי אלע קרית יואל'ע געשעפטן, אבער דער געשעפטסמאן האט זייער קלאר געמאכט אז ער האט דאס ביי קיינעם נישט געבעטן, און דאס גייט נישט זיין. (עס איז ביזדערווייל נישט פארהאן אזא פרעצעדענט ביי גראסערי-השגחות דאהי צו נעמען מערערע השגחות, און דער ועד הכשרות וועט דאס אנהאלטן ווייטער אויף דעם וועג, אן קיין אויסנאמען).*

*דער אדרעס פון קענאפי איז 5 מענגין
ראוד, יאכלו ענוים וישבעו!*
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20241112-WA0026.jpg
    IMG-20241112-WA0026.jpg
    164.8 KB · געזען: 356
  • IMG-20241112-WA0031.jpg
    IMG-20241112-WA0031.jpg
    654.1 KB · געזען: 288
פארגיסן בלוט פון אומשולדיג מענטשן איז פון זייערע קלענסטע עבירות...

דא האנדלט מען פון די ערגסטע ברואים וואס די וועלט נאר געזען זייט דור הפלגה.
 
דא איז א רעקארדירונג פין א אינגערמאן, א תושב בלומינגרויוו וואס ווייטאגט אויפן מצב, ווי דעי משחיתים ווילען אריינשלעפן א גאנצע שטאט אין זייער געמיינע מחלוקת
 
די בעל הבית האט מיר געזאגט אז ער האט נישט געפלאנט קיינמאל צו האבן צוויי השגחות
נאר נאכדעם וואס יואל שטערן האט אים אזי דערשראקן אז מיט די קרית יואלע הכשר וואס הייסט גאר א שטרענגע הכשר וועט ער האבן טראר יעדן מאנטאג אין דאנערשטאג, דעריבער זאל ער נעמען אויך די זאלי הכשר וואס הייסט זייער א לויזע הכשר . כדי וועד הכשרות זאל אים נישט קענען האלטן ביים קארג אז זיי גייען אראפ נעמען זייער השגחה
איז ער געקומען מברר זיין די אמתע פאקטן וואס די הכשר פארלאנגט און נאכן הערן די פאקטן האט ער געזאגט אז עס איז גוט און ער וויל זיך צו דעם סייווי צושטעלן
 
האסטי א טיפּיקעל ביישפיל וויאזוי דעי מערכה האט זיך געטוישט לגמרי.

אמאל איז ער געגאנגען אין קאורט, און געפירט ראיטען שמו"ע אין ביהמ"ד, ווייל ער האט געוואלט פארכאפן נכסים צי זיך, און ארויפצווינגען זיין מלוכה אויף יעדן,

היינט קריגט מען זיך שוין נישט גארנישט, ער ברויך פשוט ראטעווען די שטאט, וואס זאל מען טאן דער ברודער איז אים געווארן א קל, ער פירט שוואכע הכשרים, ער האטעך ממש נישט קיין ברירה....
 
אפשר ווערסטו פּרעס סעקרעטערי? אזעלכע ספינס זענען גאונ'יש
 
לעצט רעדאגירט:
די קרית יואלע רעזשים האט פלוצלינג אראפגענומען די איסור חמור פין לאזן די פיצא סטארס עפענען מוצאי שבת, אינטערעסאנט אז אינגאנצן אפאר וואכן צוריק האט נאך די וועד ארויסגעשטעלט צעטיליך אין לאנדאס גראסערי וועגן די לאנגיעריגע תקנה אז מטאר נישט פארקויפן ווארעמע מאכלים, און יעצט אפאר וואכן שפעטער איז נישט דא קיין שים תקנה מער.

לויט די שמועות איז דאס א דעשסט פארן נייעם גראסערי אייגענטומער אז ער זאל נישט נעמען די זאלי הכשר, ווייל ער האט געהאט געבעטן צי קענען פארקויפן פיצא מצו"ש אין זיין גראסערי, וואס דער אמת איז ווייס איך נישט,

דאס איז דער זעלבער וועד הכשרות, וואס האט נאכן זיך שלאגן פאר אפאר יאר, מיטן מינט ליעף באלעבאס פארן עובר זיין אין חטא היודע פין פארקויפן סושי, האט אראפ גענומען דעם איסור אפאר טאג נאך וואס דער געשעפט האט זיך פארמאכט, דשאסט צי קענען געבן דעים לעצטען שטויס, פאר דעם ראטה, נאכדעם וואס מהאט אים ארויס געטראגן פין ביזנעס,

זיצן אפאר לצים, אין פירען א שטאט ביי די נאז, היינט נישט סושי, מארגן יא, איבער מארגן נישט, פארשטייט זיך אלעס און נאמען פין תורה, און הנהגה,
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20241114-WA0006.jpg
    IMG-20241114-WA0006.jpg
    249.3 KB · געזען: 230
  • GYDIw8LWYAA5ogt (2).jpeg
    GYDIw8LWYAA5ogt (2).jpeg
    136.1 KB · געזען: 230
בנוגע דעם הכשר פינעם געשעפט, די פראפאגאנדע מיניסטעריום פינעם רעזשים ארבעט פיבערהאפטיג צי ארים ספינען מיטן עולם, מיט די שרעקליכע מכשולות וואס קען ארויס קימען אויב די גראסערי וועט האבן צוויי הכשרים, הגם זיי אליינס געבן הכשרים אויף פראדוקטן, אפילו סהאט אפאר הכשרים,

היינט איז אראפ א משלחת פין די קרית יואלע וועד הכשרות מיט א פול פלעדש פאטאגראפיער צי כאפן בילדער ווי מגעט דעם הכשר, ספארט ארים בילדער ווי ביידע הכשרים צעטיליך הענגען אויף די וואנט אינעם גראסערי,
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20241114-WA0007.jpg
    IMG-20241114-WA0007.jpg
    131.5 KB · געזען: 227
  • IMG-20241114-WA0005.jpg
    IMG-20241114-WA0005.jpg
    131.2 KB · געזען: 248
דא האנדלט מען פון די ערגסטע ברואים וואס די וועלט נאר געזען זייט דור הפלגה.
דור הפלגה זענען געווען אזעלכע שלעכטע ברואים? זיי האבן זיך געשלאגן צווישן זיך?
אפשר מיינסטו סדום, וואס מיר לערנען אין די וואכעדיגע סדרה... דאס מאכט שוין סענס.
 
די קרית יואלע רעזשים האט פלוצלינג אראפגענומען די איסור חמור פין לאזן די פיצא סטארס עפענען מוצאי שבת, אינטערעסאנט אז אינגאנצן אפאר וואכן צוריק האט נאך די וועד ארויסגעשטעלט צעטיליך אין לאנדאס גראסערי וועגן די לאנגיעריגע תקנה אז מטאר נישט פארקויפן ווארעמע מאכלים, און יעצט אפאר וואכן שפעטער איז נישט דא קיין שים תקנה מער.

לויט די שמועות איז דאס א דעשסט פארן נייעם גראסערי אייגענטומער אז ער זאל נישט נעמען די זאלי הכשר, ווייל ער האט געהאט געבעטן צי קענען פארקויפן פיצא מצו"ש אין זיין גראסערי, וואס דער אמת איז ווייס איך נישט,

דאס איז דער זעלבער וועד הכשרות, וואס האט נאכן זיך שלאגן פאר אפאר יאר, מיטן מינט ליעף באלעבאס פארן עובר זיין אין חטא היודע פין פארקויפן סושי, האט אראפ גענומען דעם איסור אפאר טאג נאך וואס דער געשעפט האט זיך פארמאכט, דשאסט צי קענען געבן דעים לעצטען שטויס, פאר דעם ראטה, נאכדעם וואס מהאט אים ארויס געטראגן פין ביזנעס,

זיצן אפאר לצים, אין פירען א שטאט ביי די נאז, היינט נישט סושי, מארגן יא, איבער מארגן נישט, פארשטייט זיך אלעס און נאמען פין תורה, און הנהגה,
עסן געשעפטן מיינט גראסעריס
 
מ'האט געשמועסט אין שול אז די בעל הבית פון די נייע גראסערי איז א פאפאנער, אין די ארוינים האבן פארלאנגט פון פאפא רבי צו הייסן די בעל הבית נישט צו נעמען די זאלי הכשר​
 
האסטי א טיפּיקעל ביישפיל וויאזוי דעי מערכה האט זיך געטוישט לגמרי.

אמאל איז ער געגאנגען אין קאורט, און געפירט ראיטען שמו"ע אין ביהמ"ד, ווייל ער האט געוואלט פארכאפן נכסים צי זיך, און ארויפצווינגען זיין מלוכה אויף יעדן,

היינט קריגט מען זיך שוין נישט גארנישט, ער ברויך פשוט ראטעווען די שטאט, וואס זאל מען טאן דער ברודער איז אים געווארן א קל, ער פירט שוואכע הכשרים, ער האטעך ממש נישט קיין ברירה....
נישט דערפאר, די קארטס האט מען שוין געוואונען, אדער פארלוירן. עס איז אויווער Over. דארף מען גיין צו א צווייטע מערכה וואס מען קען נישט גיין אין קאורט. דאן זיי די בעה"ב ווי לאנג צו פירן די סטראשערייען.
 
די מאכט הינגער ביי די קרית יואלע רעזשים, ווערט נאר כסדר גרעסער, דאס מאל איז עס די באסעס,

און אלע אידישע שטעט קען זיין באסעס פאר מענער און פרויען, סאמהאו אין די הייליג שטעטל פאסירט שרעקלעכע מעשים, ווען פרויען און מענער פארן אויף איין באס,

ווער סזעט א מאן פארן אויף די באס, זאל למעען הצלת העיר אריינקאלן די אויב ער דערמאנטע נאמבער
 
בייגעלייגטע פיילס

  • unnamed (13).jpg
    unnamed (13).jpg
    257.1 KB · געזען: 133
די מאכט הינגער ביי די קרית יואלע רעזשים, ווערט נאר כסדר גרעסער, דאס מאל איז עס די באסעס,

און אלע אידישע שטעט קען זיין באסעס פאר מענער און פרויען, סאמהאו אין די הייליג שטעטל פאסירט שרעקלעכע מעשים, ווען פרויען און מענער פארן אויף איין באס,

ווער סזעט א מאן פארן אויף די באס, זאל למעען הצלת העיר אריינקאלן די אויב ער דערמאנטע נאמבער
איז עס לעגאל צו מאכן אזעלכע תקנות אויף גאווערמענט פאנדעד באסעס ?
 
ב”ה! הודו לשם! די הנהגה אין קרית יואל לאזט פרויען דרייוון!
 
איז עס לעגאל צו מאכן אזעלכע תקנות אויף גאווערמענט פאנדעד באסעס ?
איז עס לעגאל פאר א גאווערמענט פאנדעד ענטיטי צו מעסטן די האר פון א פרוי’ס קאפ? בענען געוויסע סארט סעלפאון׳ס? ענפארסן א געוויסע הכשר? איינטיילן וועלכע סארט און קאליר קליידונג צו ניצן?
 
Back
Top