- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 22, 2024
- מעסעדזשעס
- 347
- רעאקציע ראטע
- 1,105
צק
נישט ממש. היינטיגע צייטן האט אפילו ר' אהרן מורא פון די זאכן. דער פראבלעם איז אז זיינע מנהלים פארן מיט דעם עדדיטוט אז עס געשעהט נישט. אבער איך ווייס בברירות ווען עס קומט צו זיין טיש, עכ”פ אין דעם פאל ווי איך בין געווען אינוואלווד, און די שטוב מענטשן האבן באשטעטיגט אז עס איז אפיציעל זיין פאליסי, רופט ער זיך אן הויך עטליכע מאל איך ווייס נישט וואס צו זאגן! וויפיל מען פרובירט אים צו דריקן צום וואנט קומט דעם ענפער. אאאיך ווווייס נישט! איך ווייס נישט וווואס צו זאגן!איינער וואס פאטשקעט מיט קינדער אין מאנרא קומט אן סאך בעסער ווי איינער וואס קויפט די עמי, ס'פלעגט זיין א באס וואס פלעגט פארן צו מונקאטש מאנסי חדר ווייל מ'האט זיי געווארפן פון חדר, פארוואס האט מען זיי געווארפן? ווייל די טאטע איז א זינגער וואס זינגט נישט ווי ר' עמרם אקער , אדער א שכן האט געקאלט זאגן אז ער מיינט אז די טאטע האט נאך א פאון, אדער ווייל די טאטע האט א גראסערי מיט טישן צו עסן וכו׳.
איינער וואס הרג'עט קינדער באקומט א פאטש ביז ער טוט עס נאכאמאל, די צווייטע מאל באקומט ער צוויי פעטש, איך מיין ר' משה מאַרגאַרעטן זאל אריינגעבן א פארשלאג אין קאנגרעס אז א רעפיסט באקומט פעטש אנשטאטס תפיסה, איך בין זיכער די קינדער גייען ווערן מער סעיף, יעדע דיסטריקט אין אמעריקע גייט האבן איינער אויף פאראל צו טיילן פעטש אן א קאורט קעיס.