הנהגה טעראר אין קרית יואל - נייעס און באריכטן

ביסט מציע א גוטן פלאן, נאר פאר די איין סיבה פון פרעזערווירן חסידישע היימישע טעראריסטישע היסטאריע למען ידעו דור אחרון וואס מיר זענען דורך אויף טאג טעגליך.

נאר דאן וועט מען ברויכן אויסברייטערן די ליסטע צו,
טעראר אין וויליאמסבורג.
טעראר אין מאנסי.
טעראר אין לאנדאן.
וואו נאך האבן די חברה אנגעפירט טעראר?
אבער עס דארף נישט זיין א פייט, עס איז דא גענוג טעראר פאר יעדעם.

אמת'דיג ווען מען וויל שרייען אויף א געוויסע זאך אין קרית יואל אז עס איז נישט טעראר, באלאנגט עס דא, אז מען וויל שרייען אז ערגעץ אנדריש איז דא מער טעראר, דארף מען מאכען א שנירל צו רעקארדירען די טעראר אין די אנדערע פלאץ, און פארציילען מיט אלע פרטים, זאל בלייבען פאר די איינקלעך צו וויסן.
 
איין זאך וואס כקען נאכנישט כאפן פארוואס מענטשן האלטן נאך אין איין מופן אויף מאנרא וואס ווערט געפירט אונטער אזא רעזשים, אין די גאנצע וועלט ווי סווערט געפירט א רעזשים מלוכה זוכט מען נאר צי אנטלויפן פין אזא פלאץ, איינער פארשטייט וואס איז פשט?
פארוואס מאכט יעדער חתונה פאר 70k ווען מ'קען זיך נישט עפארדן?

פארוואס מוז יעדער טאטע אויסשטאפירן זיין בר מצווה בחור'ל טייערער ווי די קרוין פרינץ, ווען ער קען זיך עס נישט עפארדן?

פארוואס מוז מען וואינען אין פלעצער וואס איז פון די טייערסטע ריעל עסטעיט אין גאנץ אמעריקע, ווען מ'קען זיך עס נישט עפארדן?

פארוואס מוז יעדע מאן און פרוי גיין מיט די זעלבע דרגה לבוש ווי די עלטערן, ווען ס'איז דא אלע סארטן מענטשן מיט פארשידנארטיגע תאוות ווי אזוי צי זיין געקליידעט?

דו קענסט אונזער קאמיוניטי אלץ אזא איינער וואס טוט וואס איז לאגיש אויסגעהאלטן, אדער אזא איינער וואס וועט גיין קאפ אין וואנט ווייל דער האולי סיסטעם האט אזוי באשטימט?!

ליידער, האט דער סיסטעם נאך דעי מלחמה באשטימט אז מ'מעג נאר וואוינען אין גרויסע שטעט מיט נאך הונדערטער אידן ביינאזאם, און דאס איז פון די איינציגסטע פלעצער ווי א שטאטישער קען זיך עפארדן א דאך איבערן קאפ.
 
כ'רעד נישט ווען איינער האט דארט חתונה, דאס פארשטיי איך אויך, וואס איך פרעג איז פארוואס ווען איינער וויל מופן פין די סיטי, וואס עפעס מופן צו די רעזשים ווען ס'דא גענוג אין נאך רואיגערע פלעצער?
 
איין זאך וואס כקען נאכנישט כאפן פארוואס מענטשן האלטן נאך אין איין מופן אויף מאנרא וואס ווערט געפירט אונטער אזא רעזשים, אין די גאנצע וועלט ווי סווערט געפירט א רעזשים מלוכה זוכט מען נאר צי אנטלויפן פין אזא פלאץ, איינער פארשטייט וואס איז פשט?
פאמיליע, פרייזן פאר דירות, און די וועלכע מופן אהין זענען שוין סייווי אינטערן רעזשים, עסן נאר קעי דזשעי פלייש, מצות מיט מים שלנו, קוויטלעך, סידור קידושין, חתונות וכו' בעיסיקלי אלעס דרייט זיך ארום די קרית יואל'ער קהילות
 
סא פאר די אידן איז עס נישט קיין רעזשים?
 
עפעס מער אינפארמאציע איבער youmail???
Youmail האט אסאך סערוויסעס פאר פאון קאללס, א חלק פאר פרי און א חלק פאר געלט.

עס קען ארבייטן דורך אן עפפ (סמארטפאון) אדער דורך פארווערדן די קאללס און עס באקומען דורך זיי (די קאללער ID טוישט זיך נישט). זיי האבן אן אפציע צו ריקארדן קאלס אבער איך ווייס נישט אויב אן די עפפ.
 
אמאליגע צייטן האבן שרייבערס רעקארדירט אלע מחלוקת וועלכע זענען פארגעגאנגן אין די שטעט און דערפלעך, צווישן רבנים, שוחטים, ראשי קהילות אא"וו אבער נישט אלע רעקארדס זענען געבליבן, נאר די גאר באקאנטע ווי למשל צאנז רוזשין, אדער בעלז מונקאטש, אדער ארשיווע קראלי סאטמאר און אלעס ארום ועוד. וויבאלד ס'נישט געווען קיין אינטערנעט איז פשוט נישט געבליבן קיין זכר דערפון ספעציעל נאך די צוויי וועלט מלחמות ווי רוב אייראפעישע אידן זענען געהארגעט געווארן און גאנצעטע שטעט מיט זייער היסטאריע זענען פארניכטעט געווארן.
אבער היינטצוטאגס וויבאלד מיר זענען געבענטשט געווארן מיט אינטערנעט, האבן מיר די אפציע אז זאכן זאלן ווערן פּרעזערווד אבער מ'מוז עס נאר רעקארדירן
אגב, פרעזערווירן אלעס אויפן אינטערנעט קען האבן אן או געוואונטשענע אוטקאם. היות עס זאל זיך נישט מאכן, אבער כינע אדער רוסלאנד קען לאזן אין אפפעקט א מאכטפולע סייבער אטאקע און אלעס אויסמעקן. הגם עס איז בערך אזוי פלאוזיבל ווי א נוקלעארע אטאקע, אבער פארט איז גוט צו לאזו שפורן אויף ביידע, ד”ה שרייבן אויף קרעמל און ווארפן פאשקעווילן.
 
וירא שמים יוצא ידי שניהם🤣
 
I'm checking on KJ and wondering if I can change my wife's character from a Spitzel to a Hat.
 
I'm checking on KJ and wondering if I can change my wife's character from a Spitzel to a Hat.
ווענדט זיך אויב זי וויל עס.

מצד די הנהגה גייסטו לכאורה נישט הערן, אויב עס איז דיין איינציגסטע עבירה.

די שווערסטע גייט זיין משפחה, אבער אויב זי איז קלאר ביי זיך אז דאס איז וועס זי וויל, און זי איז קלאר ביי זיך אז קיינער איז נישט בארעכטיגט איר איינצוטיילן וויאזוי צו גיין, דעמאלטס וועט עס שנעל אדורכגיין.
 
I am inquiring on behalf of my friend. His wife is currently enrolled in Spitzel. He would like to know if she will be allowed to remain in the system or if she will be required to leave. Will her children be expelled from school?
 
I think that I answered the question

מצד די הנהגה גייסטו לכאורה נישט הערן, אויב עס איז דיין איינציגסטע עבירה.
 
I am inquiring on behalf of my friend. His wife is currently enrolled in Spitzel. He would like to know if she will be allowed to remain in the system or if she will be required to leave. Will her children be expelled from school?
וואס פרעגסטו דא די ארויסגעווארפענע, פרעג די ארויסווארפערס.
 
ווענדט זיך אויב זי וויל עס.

מצד די הנהגה גייסטו לכאורה נישט הערן, אויב עס איז דיין איינציגסטע עבירה.

די שווערסטע גייט זיין משפחה, אבער אויב זי איז קלאר ביי זיך אז דאס איז וועס זי וויל, און זי איז קלאר ביי זיך אז קיינער איז נישט בארעכטיגט איר איינצוטיילן וויאזוי צו גיין, דעמאלטס וועט עס שנעל אדורכגיין.
מיטהאלטנדיג מיין חבר'ס עקספיריענס פין טוישן קען איך צי שטימען דערצי, אבער נאר ווי לאנג ווי זי גייט גיין מיט אזא שייטל וואס איז אנגענומען אין קרית יואל, אויב גייט זי זיך טוישן צי אזא שייטל וואס מטרעפט נאר און מאנסי, קענסטי ערווארטען פראבלעמען

און אזוי אויך, אזוי ווי די זאגסט, מאך זיכער אז די קימסט נישט מיט קיין בעגעדש פין פאר דעם און נאכדעם, וואס דענמאלס גייט דער טויש זיין א תירוץ זיך צי קענען אפרעכענען מיט דיר,
 
Back
Top