הנהגה טעראר אין קרית יואל - נייעס און באריכטן

נעכטן ביי אדמו״ר מ׳סאטמאר מהר״א

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א - ר"י וויזניץ וומ"ס בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
ביים פארענדיגן האט דער רבי אים געזאגט אז ער מאכט אים פאר א שליח אז ער זאל איבערגעבן פאר אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א א שליחות מיט א בקשה איבער די נייע דירות פאזע דורך קהילת וויזניץ בשכונת דברי חיים אין ק"י,
דער רבי האט אויסגעשמועסט די פעולות לטובה דורך כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל צו בויען א נייעם אידישן ישוב אין מאנסי און האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל האט טאקע געבעטן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל נישט צו בויען זיין שטעטל תיכף נעבן זיין ישוב, און דאס איז די סיבה פארוואס דער רבי זי"ע האט נישט געבויעט קרית יואל נעבן מאנסי טראץ וואס עס איז געווען גרינגער וויבאלד ער האט געוואלט אז קרית יואל זאל זיין אפגעטיילט פון אנדערע ישובים, אבער דורך דעם וואס מאנסי איז למעשה באזעצט געווארן דורך פילע שיכטן און קרייזן איז א מציאות היינט צוטאגס אז יעדער טוט דארט ככל אשר עולה על רוחו ווייל די איינציגסטע וועג צו קענען האלטן אן עינא פקיחא אויף א שטאט איז נאר אויב עס איז איין סארט חסידות, און נאר אזוי האט קרית יואל געהאט א הצלחה ביז אהער, און דער רבי האט געבעטן איבערצוגעבן אז ניו יארק איז גענוג גרויס צו קענען מאכן ישובים ערגעץ אנדערש און מען זאל נישט מאכן ארום קרית יואל קיין וויזניצע ישוב, אונז זעמיר גרייט אפצוקויפן אלע הייזער וואס איז שוין געבויעט געווארן און אלע הייזער וואס ווערן געבויעט און מען וועט זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין שום שאדן און מען וועט זיין בייהילפיג צו טרעפן א נייעם פאסיגן מקום מיט אלע הצטרכות'ער, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט ווי די שטאט קרית יואל איז געווען כבבת עינו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס איז געווען א גברא דקפדנא ביי אידישקייט און האט אייביג אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט ובפרט ווען עס איז געקומען צו זיין שטעטל קרית יואל ווי מען זעט בחוש ווי רביה''ק זי"ע גיבט אכטונג פון אויבן אפצוהיטן די הייליגקייט און ריינקייט פון זיין שטאט וועלכע ער האט אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש בדם לבבו לשמו ולזכרו איבערצולאזן א שם ושארית משמו בישראל און וועט דא אויך אויספירן בעז"ה,
דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו און אנגעוואונטשן ברכות לרוב און
ק/פ

אין אנדערע נייעס האט האדמו''ר מ'וויזניץ וומ''ס שליט''א געשיקט בעטן פון מהר''א אז ער זאל פאאשפארן זיינע בתי מדרשים אין בלומונגראוו,

נאך וואס ער וויל אז זיין ישוב זאל זיין בלויז פאר חסידי וויזניץ, אזויווי אביו הרה''ק התורת מרדכי זצ''ל האט געבעטן פון האדמו''ר מ'סקווירא זצ''ל נישט צו בויען שיכון סקווירא נעבן מאנסי,

און פונקט ווי ער וואלט נישט געוואלט אז וויזניץ זאל קומען קיין קרית יואל, זאל ער אויך נישט קומען קיין בלומונגראוו,

און צוגעלייגט אז די טאטע זצ''ל איז געווען א בר קפּדנא, ווי אויך האט ער געזאגט אז אויב מ'וויל וועט וויזניץ אפקויפן די סאטמער מהר''א'ס שולן אין בלומונגראוו ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שאדן.
 
א נייע JOKE די לאקשאן תורה פון גלילות האט נישט געארבעט אזי ער געקומען מיט א נייע פשעטיל קרית יואל המורחבת אין אנדערע ווערטער אז אלץ גלילות אליין איז עס נישט זיינס
 
די קרית יואל הנהגה האט אונטער גענומען א פראגראם, ארויס צוברענגען די שעדליכקייט פון דראגס…
 
ec1a808f-b657-4a6d-aaec-2e723675827d.jpeg
a296eb7f-57f3-4a14-9582-e87dd9245626.jpeg
 
היינט געזעהן א סיין אין מאנסי קעגן דראגס
 
Back
Top