Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
"די וואך" אויסגאבע ליינט ער זיכער ווייל ער דארף דאך זען ווען די ברודער מאכט אים נאך מיט די בעקיטשע אין ראדני.שוין האב ער א קלארע בלאט וואס שטייט קלאר אז אינז האבן געווינען!! איך האף אז אז ק"ק מרן ליינט עס און גלייבט עס.
הלוואי,,,,די שמיעה מאכט פשוט נישט קיין סענס, די אלע דירות פון בערקאוויטש האבן שוין מענטשן געגעבן דיפאזיטס...
דערמאנט פין דעם איד וואס האט געברויכט פרנסה און די אינדיאנע האבן געזוכט א טשיף האט ער זעך אנגעטראגן צום פאסטן פאר די ווינטער פרעגן אים די חברה נא וואס וועט זיין די וועטער ? מען ברויך דאך וויסן וויפל האלץ אנצוגרייטן דעם ווינטער. פארטיפט ער זעך אין די חשבונות ווינטער איז דעך קאלט נא ענפערט ער עס קומט א קאלטן ווינטער. נו האבען זיי אנגעהויבען אנציגרײטן האלץשוין יארן צוריק האב איך געהערט פון א חבר מיינער, וואס האט אויסגעשטעלט פונקטליך וויאזוי אלע מערכות בחצר הק' מהר"א גייען צו.
דער רבי זאל ווערן געזונט פאלט אים איין א נייע פירצה, וואס ס'קען זיין אז מ'דארף מעורר זיין איבער דעם. נעקסטן טאג ביים תהלים-שיעור זאגט ער עפעס אן האלבן ווארט, אפשר דארף מען מתקן זיין דאס און דאס.
די בלאט כאפט זיך ארויף אויפן געלעגנהייט. סיי ווייל ער דארף ווייזן אז זיין רבי איז געהעריג א קנאי, און ער פירט די גאנצע וועלט, און ער איז דער ערשטער וואס כאפט אויף יעדע פירצה וכו'. און סיי ווייל מ'דארף דאך מסביר זיין די חסידים וואס איז טאקע די פירצה.
וועלן זיי סוף וואך האבן א גאנצן לענגערן באשרייבונג, פון די געוואלדיגע חסרונות און כשלונות וואס קענען ארויסקומען פון די פירצה, און ב"ה אשר לא השבית לנו גואל כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א וכו'.
קומט אונזער רבי זאל ווערן געזונט, און ליינט די צייטונג אין בית הכבוד (האפנטליך....) און ער ווערט אויפגעשוידערט פון וואס ער ליינט דארט, אזא געפערליכע פירצה! שומו שמים!
גלייך אויפצומארגנס ביים תהלים שיעור, זאגט ער א שארפע דרשה איבער די פירצה, וינועו אמות הסיפים.
די בלאט זעהנדיג אז דער רבי ווערט נאכמער צוקאכט, און רעדט שוין צום צווייטן מאל איבער די "געפערליכע" פירצה. מוזן זיי שוין די קומענדיגע וואך האבן דריי באשרייבונגען איבער דעם "ברענענדיגן" נושא, מיט א אינטערוויא מיטן שר העסקנים (יעדן מאל א צווייטן שר) וכו'.
וחוזר חלילה, דער רבי זעהט אין די בלאט די געפערליכע תוצאות פון די פירצה, ווערט ער נאכמער צוקאכט, און ער איז מחליט אז מ'גייט צאמרופן אן עצרת כללית איבער די פירצה. וחוזר חלילה, דארף די בלאט שטרענגער באשרייבן. וכו' וכו' וכו'.
אז מ'קוקט נאך זייערע מלחמות זעהט מען אז ס'שפילט זיך ממש אזוי אפ. דוק ותשכח.
גאנץ א גוטער טוויסט
גרשי ווערצבערגער (פאר ווער עס ווייסט ווער דאס איז) האלט אויך אזוי. ער האט מיר גייט צופרי מסביר געווען אז זיי זענען אויך אידן און זיי מעגן דא זיין. ער זעהט נישט קיין פראבלעים.קראנטע שמועות דרייען זיך ארום,
אז וויזניץ קהילה פון וויליאמסבורג (געזאלט גיין קיין בלומינגראוו)פלאנט אפצוקויפן די שטחים פון בערקאוויטש
אין קרית יטב לב ד'סאטמאר- בלומענבערג
די שטח וואס איז יעצט גרייט בויען 400 דירות,
וויזניץ קהילה נאכן אנפרעגן רשות פונעם די מייסד הקריה אדמו"ר מהרי"י , האט מהרי"י געזאגט אז מען נעמט זיי אויף מיט ברייטע ארעמעס,
די לעצטע דעטאלען פונעם גרויסן דיעל ווערן אויסעגארבייט
זאג מיר די אמת איז דער ויזניץ רבי פון וויליאמסבורג אזוי פאערפול אז ער אפילו פאר א דזאוק אפפערן צו אפקויפן אלע סאטמארע שטיבלעך און בלומינג גראוו?ק/פ
אין אנדערע נייעס האט האדמו''ר מ'וויזניץ וומ''ס שליט''א געשיקט בעטן פון מהר''א אז ער זאל פאאשפארן זיינע בתי מדרשים אין בלומונגראוו,
נאך וואס ער וויל אז זיין ישוב זאל זיין בלויז פאר חסידי וויזניץ, אזויווי אביו הרה''ק התורת מרדכי זצ''ל האט געבעטן פון האדמו''ר מ'סקווירא זצ''ל נישט צו בויען שיכון סקווירא נעבן מאנסי,
און פונקט ווי ער וואלט נישט געוואלט אז וויזניץ זאל קומען קיין קרית יואל, זאל ער אויך נישט קומען קיין בלומונגראוו,
און צוגעלייגט אז די טאטע זצ''ל איז געווען א בר קפּדנא, ווי אויך האט ער געזאגט אז אויב מ'וויל וועט וויזניץ אפקויפן די סאטמער מהר''א'ס שולן אין בלומונגראוו ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שאדן.
היינט ווייסט מען שוין אז דאס איז א רעפרענץ צו ווילדע מוזיק לקראת פורים די חידוש פאר מיר אז עס איז איינער מיט אסאך געלט מיט א מיסיע ער איז געגאנגען א טריט ווייטער און אפגעשיקט א יו. עס. בי. מיט חסידישע ניגונים אז מען זאל נישט ברויכן הערן די ווילדע ניגונים ... אינטרעסאנט ווער דאס איז און פארוואס איז דאס אים בייגעפאלן?
מיינסט בלומנבערג?וואס מיינט אז די זאליס קויפן 200 הייזער פאר א שטעטל? עס גייען דאך ווערן געבויעט יעצט הונדערטער אויב נישט טויזענטער דירות אין בלומינג גראוו נאך סאך נענטער ווי וויזניץ בויעט, וואס דארף מען דאס האבן? עפעס טיפער ליגט דא.
ניין
זייער שווער צו גלייבן אז זיי גייען טשעקן ווי מ'שיקט די קינדער בעפארן פארקויפן א דירה, די ארוינים האבן עס קיינמאל נישט געטון אין קרית יואל, און אויב די זאליס גייען עס יא טון ווייסן זיי אז זיי קענען פארגעסן פון באקומען אמאל דירות אין קרית יואל...פארט ארים א מעסעדזש אז ווישניץ פארקויפט די לאט פאר די זאליס, אויב דאס איז אמת גייט אהרן ביטער חרטה האבן פארן אנהייבן די מערכה מיט ווישניץ,
אז די זאליס בויען אן אפיציעלע פעסטונג אין בלומינגרויוו, גייט בלוימגראוו ווערן אן אפיציעלע זאלי ווילידש מיט סאך א גרעסערע פאטענשעל ווי קרית יואלע ווילידש, אין פארשטייט זיך אז זיין מרה דאתרא קאנטראל איז גארנישט ווערט אן די ווילידש קאנטראל, אין צי זיין מזל האט ער שוין צופיל געפאמפט אז בלומינגרויוו איז א חלק פין קרית יואל, ער קען שוין נישט נאכאמאל פליפ פלאפן, (אדער אפשר יא, הא קנאוס מיט אינזער צדיק).
שטעלט זיך די שאלה פארוואס ווישניץ האט זיך ענדערש געבראכן פאר די זאליס ווי פאר די ארוינים, איך גלייב די ארונים זענען געווען גרייט צי אפערען מער ווי די זאליס, איך שמעק אז ס'איז נישט סתם פארקויפט פאר די זאליס, דא ליגט עפעס א דיעל ווי ווישניץ זאל בלייבן מיט א חלק, צי די זאליס זאלן קימען קודם, אין ווישנץ וועט אימאפציעל קימען שפעטער, וכדומה,
אויב יא איז דאס א מעסטער מאוו אויפן שאך ברעטעל, מהאט געהרגעט זיין אפיציעלע אידישקייט מערכה, מערסטנס קען עס יעצט זיין א קאנטראל מערכה מיט זיין ברודער, וואס איז שוין נישט אזוי גאנגבאר און דיס דעיס, די רבי זעכרונע ליבראכע אידישקייט ניגון וועט שוין נישט ארבעטן יעצט,
ווי האט מען דאס באקומען?היינט ווייסט מען שוין אז דאס איז א רעפרענץ צו ווילדע מוזיק לקראת פורים די חידוש פאר מיר אז עס איז איינער מיט אסאך געלט מיט א מיסיע ער איז געגאנגען א טריט ווייטער און אפגעשיקט א יו. עס. בי. מיט חסידישע ניגונים אז מען זאל נישט ברויכן הערן די ווילדע ניגונים ... אינטרעסאנט ווער דאס איז און פארוואס איז דאס אים בייגעפאלן?
דאס איז זייער ווייט פון עני געגענט ארום, זיי גייען צושטעלן א זאלי שול מיט א וויזניצע שול.זייער שווער צו גלייבן אז זיי גייען טשעקן ווי מ'שיקט די קינדער בעפארן פארקויפן א דירה, די ארוינים האבן עס קיינמאל נישט געטון אין קרית יואל, און אויב די זאליס גייען עס יא טון ווייסן זיי אז זיי קענען פארגעסן פון באקומען אמאל דירות אין קרית יואל...
דאס מיינט אז פונקט ווי גאנץ בלומינגראוו גייט דא אויך זיין א געמיש פון ביידע קהילות, נישט קיין זאלוינישע פעסטונג, סך הכל גייען זאלוינישע דעוועלאפערס מאכן די געלט.
איך גלייב אז די ארוינים האבן געוויסט אז ויזניץ וועט ענדערש פארקויפן פאר די זאלוינים ווי פאר די ארוינים וואס האבן זיי פארטריבן, למעשה האבן זיי דערגרייכט זייער ציל, און צום וויפלטן מאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ר' אהרן האט שטייפע קאנטראל אויף קרית יואל.
עפכס האט נאך ויזניץ דא, אויף די רעכטע זייט זעהט מען זיין גבאי