קאפי פעיסט די גענויע פרטים וויאזוי די גוטע נייעס האט פאסירט איז כזה:
דער וויזניץ וומסב"ג רבי שליט"א האט געהאט באקומען די שליחות דורך זיין זון, און ס'איז געווען די ערשטע מאל וואס דער רבי הערט קלאר אז דער סאטמאר רבי שליט"א וויל נישט דעם שטעטל אין בלומינגראוו. ביז יעצט האט מען אים געזאגט אז סאטמאר רבי וויל נאר מען זאל נישט דרייוון אויף די ראודס פאר 72, און דאס אז א שטעטל איז א פראבלעם איז בלויז א מערכה פון אפאר אינגעלייט... סתם פאליטיק... יעצט אז דער וויזניצער רבי האט געהערט וואס דער רבי זאגט, האט ער באפוילן זיינע ראשי קהלה צו זוכן אן אלטערנאטיוו.
במשך די לעצטע וואכן האבן זיי גערעדט מיט די ראשי קהלה אין קרית יואל צו הערן די אלטערנאטיווע אפציעס, אבער עס האט זיי נישט געפאלן, בעיקר מיט די טענה אז יענע זענען נאכנישט אזוי גרייט ווי דאס, דא האט מען 160 דירות וואס זענען שוין ממש גרייט, און מ'קען נישט יעצטאנהייבן פון א'...
למעשה, די וואך דינסטאג, האט דער וויזשניצער רבי געמאלדן פאר ר' הערש לייב ראזענבערג אז ס'איז נישטא פון וואס צו רעדן, אפגעזען צו עס איז יא דא א אנדערע פלאץ אדער נישט, "מיר גייען נישט אהין". די נושא איז געשלאסן. ר' הערש לייב האט דאס מודיע געווען פאר די UJC פון בלומינגראוו וועלכע האבן עס זייער שווער געקענט שלינגען, כמובן. אזויפיל האבן די UJC געבעטן אז כאטש זאל מען זיי געבן די אפערטונעטי זיי זאלן זיין די וואס ברענגען קאסטומער פאר די דירות (וואס זיי פרובירן צו קאנטראלירן אלס די צוקונפטיגע ווילעדזש וויילער...).
ר' שמעון דושינסקיא וואס דארף יעצט זען אז די הייזער זאלן זיך למעשה פארקויפן, האט מסכים געווען זיי זאלן העלפן מיט קונים, אדרבה. ר' יואל שטערן פון די UJC האט געאפערט פאר הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן האדמו"ר מהרי"י אז זייער קהלה זאל מאכן א קאמפיין צו ברענגען קונים וואס זאלן קויפן דירות, און זיי האבן מסכים געווען, און מ'האט געמאכט א הערליכע אסיפה מיט בילדער און א שיינע פרעס רעליס.
אויף למעשה, איז שוין קלאר ב"ה אז סאטמאר האט געווינען זייער שטאט, וויזשניץ האט געווינען זייער שיינקייט, און די 160 דירות וואס זענען שוין גרייט און ס'איז געווען א טענה אז וויזשניץ קען עס שווער אויפגעבן, איז אויפגעגעבן! און ר' שמעון דושינסקיא גייט עס פארקויפן פאר תושבי קרית יואל.
וויפיל פראצענט פון וועלכע קהלה וועלן למעשה קויפן איז שווער צו וויסן און ס'איז ווייניג נוגע, עס וועט זיך ווענדן אין די פרייזן און אין נאך פאקטארן. הלכה למעשה איז גאר גאר פריידיג וויאזוי די זאך האט זיך געשלאסן.
מזל טוב קרית יואל!