הפרשה במבט קרעמלי - תזריע-מצורע

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,030
רעאקציע ראטע
7,365
תזריע/מצורע וואלט איך צוטיילט אין דריי.

די ערשטע חלק איז וואס מיין רבי האט אויסגעלאזט;

"די וואך הייבט מען אן פון שני", פלעגט ער אויסרופן מיט אן עקסטערע געשמאק, פרייליך פאר א טויש פונעם רוטינע "יעדער עפנט אויף די חומש צו פרשת..."

דאס איז די קליינע פרשה'לע פון די תורת היולדות און וואספארא קרבן זי דארף ברענגען, און ווען וכו'.

איך בין געווענליך די טעג געזיצן אביסל לענגער נאך די בעהל, צו איבער'חזר'ן די חומש, אזוי פרובירנדיג צו דערשנאפן וואספארא אינפארמאציע מ'האט מיר דא פארהאלטן. סתם א גאנצע פרשה פון דקדוק? אדער אפשר דערמאנט עס צווישן די שורות דאס ווארט "מי רגלים" וואס מיין רבי פלעגט אייביג אויסלאזן אין די גמרא, אדער טייטשן "וואסער פון די פיס"...?

א קליין קינד בין איך טאקע געווען, אבער מיט שווערע פילאזאפישע פראגעס.

***

די צווייטע איז פארשטייט זיך די לאנגע תורה, פון דער פארקרעצטן מצורע, אויפן לייב אדער אויף סחורה.

און צו באקומען שכר, דארף מען נעמען דעם תער, און מיט גרויס צער, שערן פון קאפ ביז פוס די האַר, און פאר א שיינע פאר וואכן זיך מאכן צונער.

קרעץ אויף די הענט, קרעץ אויף די פוס,
קרעץ אויף די האר, ווייס און מיאוס.
קרעץ אויף די כלים, קרעץ אויפן קור הבית,
קרעץ איבעראל, ס'איז ביטער ווי א זית.

אזוי גייט עס ביז כמעט סוף פרשת מצורע.

זאך-קענער ווייסן צו זאגן אז די ווארט 'כהן' (ובאה הכהן, ועשה הכהן, וראה הכהן, ושרף הכהן, והזה הכהן, והמתין הכהן....... ) ווערט דערמאנט אן ערך פון 1.2 מיליאן מאל, כפליים כיוצאי מצרים, לשנה הבאה בירושלים, לחיים!

***

צו לעצט קומט מען צוריק צו נאך א דקדוק פרשה, וואס מיין כיתה ח' רבי האט שנעל גע'כיפער'ט אויף א לאנגע פרייטאג, בשעת האלב קלאס כראָפעט מיט אנגעפילטע בייכעלעך פון ווייסע ברויט מיט פוטער. אלעס ער זאל קענען זיך אויפטון פארן מנהל אז ער לערנט מיט די קינדער די גאנצע פרשה.

ס'רעדט זיך פון זוב זיבה, נוד נידה, דם דימה, און זרע זריעה.... עניוועי, נישט פאר שוואכע הערצער.

די עיקר איז אז אויב חס ושלום דאס אב הטומאה זעצט זיך אויף א שטיל פון קישענעס צען שטאק הויעך.... שוין בעסער אז די גאנצע הויז זאל מען צעווארפן. ס'איז צו קאמפליצירט.

בלייבט נאר איבער צו וויסן וואס זיבה איז. איז עס דאס וואס איך האב געפילט אלס בחור אינמיטן נאכט ביים האבן א הייסע חלום? איז עס עפעס וואס נאר זיי האבן געוואוסט וואס דאס איז, נשתנו העיתים? צו זענען די ווייבער געגאנגען דעמאלט צום כהן מיט די שמאטעס פון די מענער?

די גמרא זאגט ס'איז צומאל פון לויפן צו שנעל אדער טאנצן צו הויעך. בלייבט נאר איבער נאכצופארשן ביי די אלימפיק אטלעטן צו עפעס קומט זיי דארט בשעת מעשה.

If you 'see' something, 'don't' say anything
 
לעצט רעדאגירט:
תזריע/מצורע וואלט איך צוטיילט אין דריי.

די ערשטע קליינע חלק וואס מיין רבי האט אויסגעלאזט. "די וואך הייבט מען אן פון שני", פלעגט ער אויסרופן מיט אן עקסטערע געשמאק, פרייליך פאר א טויש פונעם רוטינע "יעדער עפנט אויף די חומש צו פרשת"...
דאס הייסט, די קליינע פרשה'לע פון די תורת היולדות און וואספארא קרבן זי דארף ברענגען, און ווען וכו'.

(איך בין געווענליך די טעג געזיצן אביסל לענגער נאך די בעהל, צו איבער'חזר'ן די חומש, אזוי פרובירנדיג צו שנאפן וואספארא אינפארמאציע מ'האט מיר דא פארהאלטן. סתם א גאנצע פרשה פון דקדוק? אדער דערמאנט עס גאר די ווארט "מי רגלים" וואס מיין רבי פלעגט אייביג אויסלאזן אין די גמרא, אדער טייטשן "וואסער פון די פיס"... א קליין קינד בין איך געווען, אבער מיט שווערע פילאזאפישע פראגעס.)

***

די צווייטע איז פארשטייט זיך די לאנגע תורה, פון דער פארקרעצטן מצורע, אויפן לייב אדער אויף סחורה.
און צו באקומען שכר, דארף מען נעמען דעם תער, און מיט גרויס צער, שערן פון קאפ ביז פוס די האַר, און פאר א שיינע פאר וואכן זיך מאכן צונער.

קרעץ אויף די הענט, קרעץ אויף די פוס, קרעץ אויף די האר, ווייס און מיאוס. קרעץ אויף די כלים, קרעץ אויפן קור הבית, קרעץ איבעראל, ס'איז ביטער ווי א זית.

אזוי גייט עס ביז כמעט סוף פרשת מצורע, און זאך-קענער ווייסן צו זאגן אז די ווארט 'כהן' (ובאה הכהן, ועשה הכהן, וראה הכהן, ושרף הכהן, והזה הכהן, והמתין הכהן....... ) ווערט דערמאנט אן ערך פון 1.2 מיליאן מאל, כפליים כיוצאי מצרים, לשנה הבאה בירושלים, לחיים!

***

צו לעצט קומט מען צוריק צו דקדוק פרשיות וואס מיין כיתה ח' רבי האט שנעל גע'כיפער'ט אויף א לאנגע פרייטאג, בשעת האלב קלאס כראָפעט מיט אנגעפילטע בייכעלעך פון ווייסע ברויט מיט פוטער. אלעס ער זאל קענען זיך אויפטון פארן מנהל אז ער לערנט מיט די קינדער די גאנצע פרשה.
ס'רעדט זיך פון זוב זיבה, נוד נידה, דם דימה, און זרע זריעה.... עניוועי, נישט פאר שוואכע הערצער.
די עיקר איז אז אויב חס ושלום דאס אב הטומאה זעצט זיך אויף א שטיל פון קישענעס צען שטאק הויעך.... שוין בעסער אז די גאנצע הויז זאל מען צעווארפן. ס'איז צו קאמפליצירט.

בלייבט נאר איבער צו וויסן וואס זיבה איז. איז עס דאס וואס איך האב געפילט אלס בחור אינמיטן נאכט ביים האבן א הייסע חלום? איז עס עפעס וואס נאר זיי האבן געוואוסט וואס דאס איז, נשתנו העיתים? צו זענען די ווייבער געגאנגען דעמאלט צום כהן מיט די שמאטעס פון די מענער?
די גמרא זאגט ס'איז צומאל פון לויפן צו שנעל אדער טאנצן צו הויעך. בלייבט נאר איבער נאכצופארשן ביי די אלימפיק אטלעטן צו עפעס קומט זיי דארט בשעת מעשה.

If you 'see' something, 'don't' say anything
די צוויי סדרה'ס איבערהויפט ווען זיי גייען צוזאמען זענען היפש לאנגווייליג. נאך א מזל אז ביי נגעי בתים ברענגט רש"י צו דעם באקאנטן מדרש אז בשורה היא להם אז די אמוריים האבן באהאלטן זייער האב און גוטס אין די ווענט און לכבוד די נגעי בתים איז מען גאר געוואר געווארן דערפון, אזוי האקט עס אביסעל איבער די שמועס פון די נמאס'דיגע נגעים, לייק עז זיוו טו סעי אז אפילו אין נגעים איז אויך פארהאן עפעס לעכטיגקייט.
 
די צוויי סדרה'ס איבערהויפט ווען זיי גייען צוזאמען זענען היפש לאנגווייליג
נו נו...

פארדעם האב איך פרובירט אביסל הומאר פאר א טויש פון די ערנסטקייט פון יעדע וואך.

כדי די גרויסע קרעמלער זאלן נישט איינשלאפן.
 
נו נו...

פארדעם האב איך פרובירט אביסל הומאר פאר א טויש פון די ערנסטקייט פון יעדע וואך.

כדי די גרויסע קרעמלער זאלן נישט איינשלאפן.
כ'האב טאקע פיין געלאכט. ייש"כ.
האסט שוין מקיים געווען דעם מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען אדער אינמיטן לערנען אזוי ווי מ'זעהט דארט אין גמ' אז די תלמידי ר' עקיבא האבן אנגעהויבן דרימלן האט ער זיי געוואלט אויפוועקן איז ער אריינגעפארן אין א אנאנדערע שמועס.
יעצט קען מען צוריק גיין צום רעגולאר שיעור😂
 
דר. ראַבּערט אַלטער ברענגט צו פון דר. יעקב מילגראם לגבי טומאת יולדת:
The notion that the blood of childbirth rendered the parturient ritually impure was widespread in the ancient world, reflected in texts by the Hittites to the north of Israel and by the Greeks to the west. Jacob Milgrom notes that the ancients believed there was seed in the blood discharged by the childbearing woman, and so he proposes that this loss of blood was associated with death and hence conveyed impurity​
(כידוע ליגט דאס אויך אונטער די אריגינעלע קאָנסעפּשאן פון הוצ״ל.)

זיי ברענגן אויך אזוי ארויס, און ווי ביי P איז דאך דאס בלוט געווען עיקר החיות פון א מיסטישע-סארט לעוועל און דאס ארויסרינונג דערפון איז באטראכט געווארן ווי מעין מיתה און הארב. ובכלל א לייגט זי א שטארקע דגוש אויף אָרדער און זאכן אין זייער ריכטיגע פלאץ, און דערפאר האט זי סולד געווען פון עמישאנס פון בתוך גוף. דר. מילגראם האט טאקע געברענגט א ראיה פון דעם אז די יולדת ברענגט א חטאת, אז די געדאנק פונעם קרבן חטאת איז צו "רייניגן" מלשון חיטוי, ווי איידער צו "פארגעבן". דר. יצחק פעדער שרייבט אז די חיתים האבן געהאט אַן ענליכן ריטואל, מיט דעם וואס זיי האבן געשמירט בלוט פון א קרבן אויף די מושבת פונעם יולדת צו פארטרייבן מזיקים, און זיי האבן אויך געהאט א "מאַלאַ" ריטואל ביים זיבעטן טאג נאכ'ן געבורט, און די תורה האט דאס אויסגעארבעט פאר די יולדת אויך. אבער עס האט באפוילן אז מ'זאל דאס ברענגן נאכדעם וואס ס'איז שוין דורך, און אזוי אויך ביי צרעת וזיבה, ווייל ווי דר. יחזקאל קויפמאן האט באמערקט האט די תורה געוואלט להוציא מלבן אז דאס איז וואס היט פון מחלות; עס האט דאס איבערגעלאזט פון די מנהג החיתים כעין הטעם שכתב הרמב"ם במו"נ (ח"ג פל"ב) לגבי קרבנות בכלליות. (ער טענה'ט אויך אז די סיבה וואס רשב"י האט אָנגעגעבן בנדה לא: פארוואס א יולדת ברענגט א חטאת ווייל בשעת חבלי לידה איז זי קופצת ונשבעת שלא תזקק לבעלה, איז געזאגט געווארן מיט הומאר.)

דא האב איך צוגעברענגט ווי זיבה איז די STD פון גהאָנאָריִע (וכדומה).

דר. אַלטער שרייבט לגבי צרעת:
The fact of the matter is that the ancients perceived and described diseases and their symptoms differently than does modern Western medicine, and some conditions that they understood to be a single malady may actually have been a variety of diseases, not all of them intrinsically related. Scholarly attempts to equate the various conditions reported here with specific dermatological disorders have had only limited success. A certain lack of specificity in the translation of the quasimedical language of this section seems prudent and, indeed, appropriate​
ער ברענגט צו פון דר. מילגראם אז P האט באטראכט די פארדארבענע פלייש דערפון ווי א מיתה במקצת, און דערפאר איז זי געווען אזוי הארב דערביי מחמת איר אפשיי מהמיתה.

דר. פעדער ברענגט ארויס אז די תורה און אירע ארומיגע קולטורן האבן פארשטאנען אז די חולאים פון צרעת זענען קאָנטעידזשאס, וואס אט דאס איז די שורש פונעם ווארט "נגע" דערביי שבא מחמת "נגיעה". און די דיני טומאה של צרעת זענען לשם קוואראנטין (און דער כהן איז דאך געווען דער געלערענטער ביי זיי). ער ענדינגט צו:
The Priestly Source’s near total absorption of impurity into the realm of the cult constituted nothing less than bringing the chaotic world of disease under the hegemony of God, removing the need for exorcistic rites. In short, tum’ah is indeed religious, but this religion is not “out there” in the heavens. No, the thing is very close to you (Deut 30:14). Maybe too close​
ועיין כאן במה שהבאתי מהחינוך בזה, ומהנרבוני.
 
לעצט רעדאגירט:
אדער דערמאנט עס גאר די ווארט "מי רגלים" וואס מיין רבי פלעגט אייביג אויסלאזן אין די גמרא, אדער טייטשן "וואסער פון די פיס"... א קליין קינד בין איך געווען, אבער מיט שווערע פילאזאפישע פראגעס.)
:ROFLMAO: מיין רבי איז געווען מער פענסי ער האט געטיישט "וואסער פון צווישן די פיס"
 
איך וועל קיינמאל פארגעסן ווען מיין רבי האט געטייטשט ,והלא מי רגלים יפין לה אלא שאין מכניסין מי רגלים מפני הכבוד, אז ס'פארהאנען א קוואל פון גאר גוטע וואסער וואס די דאזיגע קוואל הייסט מי רגלים, איז פארוואס ניצט מען דאס נישט? נאר היות ס'האט נישט אזא שיינע נאמען נוצט מען דאס נישט !!
 
גא"מ

וואס איז די שאלה? איינס איז כלובן ביצה המוזרת און איינס איז שאינה מוזרת.. פארשטאנען?! איך נישט.
איך מוז זען די ביצה המוזרת, דעיס מוז אויסזעהן זייער פאני, לכאורה עפעס אזוי
D7F99822-F0A7-451E-9CAE-4059F26E9F4B.png
 
איך געדענק זען, איך געדענק נישט וואו, אז די געדאנק פון א נדה אדער זיבה, קומט פון דעם וואס היות בלוט וואס ליגט ארון קען האבן מסוכנדיגע pathogens, און טראגן מיט זיך קרענק, פלעגט מען איינשפארן די נדה און א באזונדערע צימער, און קיינער האט זיך דארט דערנענטערט, און עד היום איז נאך דא אזעלכע זאכן, איך מיין אז ביי די שומרונים אדער די קראים גייט דאס נאך אן.
און זיי האבן געהאלטן אז ס'געשעט פון די demons וואס האבן זיך אריינגעכאפט דארט ביי זי.
און אפי' אין די גמ' זעט מען אז אויב מ'גייט אריבער צווישן צוויי נדות זאל מען זאגן עפעס א פזמון כדי צו אפשאקלען די שד.
 
אין איינע פון די וועקערס
 
בייגעלייגטע פיילס

איך וועל קיינמאל פארגעסן ווען מיין רבי האט געטייטשט ,והלא מי רגלים יפין לה אלא שאין מכניסין מי רגלים מפני הכבוד, אז ס'פארהאנען א קוואל פון גאר גוטע וואסער וואס די דאזיגע קוואל הייסט מי רגלים, איז פארוואס ניצט מען דאס נישט? נאר היות ס'האט נישט אזא שיינע נאמען נוצט מען דאס נישט !!
עס זענען דא וואס לערנען אזוי פשט
פון באר היטב: ובפר"ח (ועי' בס' אליהו רבה שהאריך מאוד בזה). מי רגלים הנזכר בפיטום הקטורת כתב הכל בו יש מעין אחד ששמו מי רגלים. ומ"ש מפני הכבוד פירושו לפי שיש לאותו מעין שם של בזיון ובבאר שבע האריך להוכיח דמי רגלים ממש קאמר ע"ש. ועיין בבני יעקב:
 
Back
Top