הרב ר׳ יששכר כץ שליט״א ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה

חבקוק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
123
רעאקציע ראטע
759
עס איז אונז אן אויסערגעווענליכע כבוד אז הרב ר׳ @יששכר כץ שליט״א ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה איז איינע פון די סאמע ערשטע מעמבערס זיך איינצושרייבן אין אונזער נייע ״קרעמל״.

הרב @יששכר כץ איז ספעציעל באקאנט פאר די קאווע שטיבל מעמבערס נאך די אינטערוויו ארטיקל אין ״דער וועקער״ און פילע פון אונז פאלגן נאך זיינע רייכע אינהאלטספולע רעיונות אויף פעיסבוק און אזוי שייף עייל האט ער זיך געגעבן אזא שרייב איין דא מיט אונזער פרישע חבורה, מיר האפן אלע עס זאל נישט זיין שייף נפיק, און מיר זאלן קענען זיין גריס באורייתא צוזאמען מיט אים.

איך עפן אויף דעם שנירל צו מקדים זיין בברכה הרב ר׳ @יששכר כץ און אויך אויסצושמועסן זיינע פעילות חובק זרועות עולם. ווען וועלט איז וועלט וואלטן מיר אים געדארפט כאפן אלץ רב פון דעם ״קרעמל״, אים געבן א געהעריגע קאנסוס און מאכן אן הכתרה, נאר דער עולם איז דערווייל נאכנישט דא און עס איז פשוט נישט לכבודו אויפצונעמן אלץ רב און א אומגעפארטיגטע שול (עס פעלט נאך די טשאַנדעליער, א עמוד פארן רב, די טיילס אויפן אונטערשטן וואנט, די תקנות הקרעמל, די שטיבלעך, און נאך).

אלזא, מען דארף ווען צוזאמנעמן א קאנסוס קאמיטע צו זיין גרייט אויפצונעמן דעם חשוב׳ן רב בכבוד הראוי נאך איידער א צווייטער וועט אים אויסכאפן.

דערווייל וועלן מיר ווארטן מיט שפאנונג אז דער רב (איך רוף אים שוין רב על שם העתיד) זאל אונז מהנה זיין אמאל מיט זיינע שיעורים און לעכטיג מאכן אונזערע שמועסן ווען די צייט ערלויבט אים.
 
איך האב זיך שטארק געוואונדערט צו עס איז די ריעל דיעל אדער גאר א אימפּאַסטאר.

קענען מיר איהם טאקע פון דער אינטערוויו אין די וועקער. די שטערקסטע זאך אין יענע אינטערוויו איז געווען זיין אויפריכטיגקייט. און וויפיל דער שרייבער דארט האט פרובירט צו קריגן געוויסע אגענדע געטריבענע תשובות האט ר' יששכר זיך געהאלטן אסערטיוולי אביעקטיוו.

ס'איז א גרויס עהרע צו האבן דעם רב דא אונטער איין דאַך.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז די ריעל דיעל, מיין פרענד, די ריעל דיעל.

אויב האסטו הנאה געהאט פון דעם וועקער אינטערוויו וועסטו אויך ליב האבן הרב יששכר'ס אינטערוויו מיט מרס. וויזעל איבער אדמו"ר רבי יואל מסאטמער, אלץ א סאטמערער האב איך זיך באלעקט די פינגער מיט יעדעס ווארט און אפילו געהערט דארט א היפש ביסל חידושים וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט, למשל ווי ער האט אזוי שיין מסביר געווען די הונטערליגענדע סיבות פון דעם רבי'נס "אפשיי" (איך האב נישט א בעסערע אידישע ווארט) פון די חסידישע רבי'ס זיינס גלייכן.

הער אין האב הנאה:
https://www.youtube.com/watch?v=8oVcC5z24c4
 
ר' חבקוק, א הערצליכער דאנק פאר די מורא'דיגער ווארעמע ברוך הבא. ס'איז א כבוד און א זכות צו זיין א נטפל לעושי מצווה, א חבר און דעם קרעמל קהילה. ווי חז"ל לערנען אונז (יומא סט:) הקב"ה אמיתי הוא, דער רבש"ע וויל נישט אונז זאלען עם דינען מיט בלאף און שקרים. איך האף צוזאמען מיט די איבריגע חברים שטרעבען צו טרעפן דעם אמת לאמיתו פון רצון ה'.

איך וועל ווארטען צו הערן וואס דער קאנסוס קאמיטע וועט מחליט זיין. בינתיים האף איך אטיילנעמען אין די פארשידענע שמועסן לויט ווי דער צייט ערלויבט. ויהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידינו
 
א זכיה פאר אונז מעמבער'ס אז א תלמוד חכם וואו אייך איז דא אריינגעקומען בתוכנו.

דאס אריינקומען מיט אייער אמת'ע נאמען איז שוין א סימן פאר אונז פון וואספארא ת"ח מ'רעדט דא, אזויווי די גמרא זאגט אין בב"מ דף כ"ד אמר רב יהודה אמר שמואל בהני תלת מילי עבידי רבנן דמשנו במלייהו עינא... אי ידעינן ביה דלא משני "אלא בהני תלת" מהדרינן ליה ואי משני במילי אחריני לא מהדרינן ליה.

אריינקומען מיט א פאלשע נאמען איז נישט פון די 3 זאכען וואס א רב ורבנן טוט משנה זיין אבער די פשוט'ע מענטש איז אויך דארט משנה.

יהא בואך לברכה
 
דאס איז די ריעל דיעל, מיין פרענד, די ריעל דיעל.

אויב האסטו הנאה געהאט פון דעם וועקער אינטערוויו וועסטו אויך ליב האבן הרב יששכר'ס אינטערוויו מיט מרס. וויזעל איבער אדמו"ר רבי יואל מסאטמער, אלץ א סאטמערער האב איך זיך באלעקט די פינגער מיט יעדעס ווארט און אפילו געהערט דארט א היפש ביסל חידושים וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט, למשל ווי ער האט אזוי שיין מסביר געווען די הונטערליגענדע סיבות פון דעם רבי'נס "אפשיי" (איך האב נישט א בעסערע אידישע ווארט) פון די חסידישע רבי'ס זיינס גלייכן.

הער אין האב הנאה:
https://www.youtube.com/watch?v=8oVcC5z24c4
היינט אויסגעהערט פון אנפאנג ביזן סוף. מערסטנס האב איך נישט געזען דארט קיין חידושים. איך האב יא געזען אז ער האט זיך געהאלטן די מויל אסאך און גערעדט ציווישן די שורות. ספעציעל ווען ס'איז געקומען צו די רבי'ס צווייטע צד. די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון וויזל'ס לעצטע שאלה.

די איינציגסטע עכטע חידוש פאר מיר איז געווען וויאזוי ער לערנט אפ די מחלוקת אויף פערטיליטעט מיט ר' משה, אז די רבי האט געהאלטן אז די רעגלמעסיגע IVF ציווישן חתונה געהאטע מאן אין ווייב איז אסור. פאר מיר איז דאס די ערשטע מאל איך הער עס. מען האט מיר נאר אויסגעלערנט אז די פראבלעם איז געווען נאר ווען ס'האנדלט זיך פון א פרעמדע מאן.

נאך איין זאך וואס מ'האט מיר געלערנט איז אז די סיעם איז נישט געווען ווייל די רבי האט עס פארלאנגט. נאר ווייל דאס איז געווען וויאזוי בראך האט עס פאבריצירט ווייל ער האט נישט געקענט אן דעם. ווארום, ער איז נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט. און מיט די יארן האט מען זיך אויף דעם ארויפגעלייגט. און היינט נייט מען ארויף א סיעם אויף דינע שטרימפ...
 
דאס וועגן די סיעם האב איך שוין געהערט א לאנגע צייט צוריק. און בעצם איז אינטערעסאנט אז זיי דריקן נאך אויף דעם סיעם ווען ס'איז היינטצוטאגס גאר א שטארקע סטייל אין די סעקולארע וועלט
 
די פרויען האבן באקומען פונעם רבי'ן א שווערע ארבעט, זאכען וואס איז נוגע טאג טעגליך משׂער ראשם עד כף רגלם. מיר די מענער דארפן ס"ה האַסען ציונים און ציונות דארט מעבר לים. ס'איז גאנץ א לייכטע ארבעט, נעמט נישט צופיל איבער אונזער מהלך החיים...
 
די איינגעפרעגעלטע שרעק פון ז״ל איז עפעס אוועקצומאכן? דוכט זיך אז די שלש סעודות תורות פונם רבי׳ן האט איבערגעלאזט גאר שטארקע אפדרוקן אין דעם סאטמארן פסיכיק (עס איז מיר געווען א שטיקל וואונדער אפילו אז ר׳ יששכר האט כמעט נישט דערמאנט די בכיות נוראות בשעת זיינע שובבים תורות, נאך א היפש אומגעווענליכע יכולת וואס דער רבי האט פארמאגט, הגם מען קען זיך דינגען אז מיט די מלחמה געליטענע אידן איז דאס געווען א קנאפע קונץ).
 
דער אמת, איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די ״בכיות נוראות.״ איך קען עס נישט מסביר זיין אבער ס׳איז מאדנע. וואך איין וואך אויס וויינט מען מיט ברענענדיגע טרערען פאר די זעלבע זאך. דיין הסבר איז שטארק מתקבל על הדעת, אלץ מלחמה געליטענע איז עס געווען לייכט צו עפענען די tear ducts.

בכלל צו מאכן ״אזא״ גרויסע עבירה פונעם חטא הידוע פילט אביסל מאינפילעטיוו. אין צדיק בארץ אשר לא יחטא בחטא זה. מילא, אויב די הערסט טאג איין טאג אויס אז דאס איז די ערגסטע עבירה, איז פשוט אז די וועסט ווערען מושפל ומבוזה אין דיין אייגענע אויגן און ס׳איז נאכדעם לייכט דיך צו מאניפעלירען.
 
די איינציגסטע עכטע חידוש פאר מיר איז געווען וויאזוי ער לערנט אפ די מחלוקת אויף פערטיליטעט מיט ר' משה, אז די רבי האט געהאלטן אז די רעגלמעסיגע IVF ציווישן חתונה געהאטע מאן אין ווייב איז אסור. פאר מיר איז דאס די ערשטע מאל איך הער עס. מען האט מיר נאר אויסגעלערנט אז די פראבלעם איז געווען נאר ווען ס'האנדלט זיך פון א פרעמדע מאן.
די ערשטע בעבי געבוירן צו ווערן דורך IVF איז געווען א יאר פאר סאטמארע רבי איז אוועק, וויאזוי קען זיין אז די מחלוקת מיט ר' משה איז געווען איבער דעם? חוץ טאמער אז ער לערנט אריין פשט אין די אריגענעלע מחלוקת אז לויט יענע מחלוקת וואלט סאטמערע רבי געדארפט האלטן אז IVF איז אסור.

אין סאטמאר איז נישט דא קיינער וואס אסר'ט איי ווי עף, חוץ ר' חיים לייב כץ אויב מ'קען אים פארעכענען פאר א סאטמארער בכלל...
 
ר' יששכר: כ'האב היינט געזעהן דיין מאמר אויף פעיסבוק. כ'ווער צעדרייט פון דיין ישרות!!!
פליז שטעל ארויף דיינע טעגליכע תורות אויכעט דא, אונז וועלן זיך באלעקן די פינגער!!!
 
יישר כוח מעומק הלב
שעפטאל מיינט צו מרמז זיין אז כבוד הרב זאל דא אויך אריין ווארפן טעגליכע מעסעדזשעס אויף וואס מיר חברי הקרעמל וועלן זיך מחי' זיין און מקיים זיין די ריתחא דאורייתא
 
ר' יששכר: כ'האב היינט געזעהן דיין מאמר אויף פעיסבוק. כ'ווער צעדרייט פון דיין ישרות!!!
פליז שטעל ארויף דיינע טעגליכע תורות אויכעט דא, אונז וועלן זיך באלעקן די פינגער!!!
בנוגע דאס וואס ר' @יששכר כץ האט ערווענט אין זיין ארטיקל וועגן וואס און וויאזוי זוך אומצוגיין ווען עס קומט רע בעולם, איז אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי רבי סעדיה גאון האט אפגעלערנט די פסוק אין שמואל.

ויהי רעב בימי דוד שלש שנים שנה אחרי שנה ויבקש דוד את פני ה' ויאמר ה' אל שאול ואל בית הדמים על אשר המית את הגבענים׃

ברענגט די רד"ק, יש לשאול מפני מה לא בקש עד השנה השלישית? פי' רבינו סעדיה גאון ז"ל שנה ראשונה חשב מקרה הוא כדרך העולם, שניה חשב כי בעון פסל מיכה היה ובער כל מה שמצא כשהיה רעב, בשנה הג' ידע כי עון אחר היה ובקש את פני ה' לדעת מה זה..

ערשטע יאהר א מקרה כדרך העולם
צווייטע יאהר עבודה זרה
דריטע יאהר האט ער מבקש געווען מאת ה' און ה' האט אים געזאגט ס'איז געווען צוליב א אנדערע זאך.

כ'וואלט הנאה געהאט אויב ר' @יששכר כץ קען דא מער ארויסברענגן וואס מ'זעהט דא לפי די פירוש פון רבי סעדיה גאון.
 
בלי שם, ביטע אנטשולדיג מיר פאר'ן נישט ענטפערען תיכף.

קענסט אפשר מוסיף זיין אפאר ווערטער כדי איך זאל בעסער פארשטין וואס די זעסט דא אין ר' סעדיה?

בדרך כלל, די גרויסע חידוש פון ר' סעדיה גאון אינעם נושא פון צדיק ורע לו קומט פון זיין אייגענארטיג פירוש אויף די עקידה און ספר איוב. ער טענה'ט אז די ווארט "ניסה" (והאלוהים ניסה את אברהם) איז פון לשון נס להתנוסס אדער ושא נס לקבץ גליותינו; א פאן וואס מען דערהייבט אין דער הייך פאר אלעמען צו זען. כלומר, די סיבה פון די עקידה און יסורי איוב איז געווען צו וייזען (highlight) פאר אנדערע מענטשן דאס צדקת פון אברהם אדער איוב. אזוי וועלען זיי פארשטיין פארוואס דער אייבירשטער האט זיי ספעציעל ליב.

ס'איז אן איטרעסאנטער רעיון ויש לדון הרבה בדבריו.
 
שעפטאל מיינט צו מרמז זיין אז כבוד הרב זאל דא אויך אריין ווארפן טעגליכע מעסעדזשעס אויף וואס מיר חברי הקרעמל וועלן זיך מחי' זיין און מקיים זיין די ריתחא דאורייתא
גארנישט קיין רמז..
הלואי מאכט די רב אביסל צייט דערויף, (ענגליש איז נישט מיין גרינגסטע שפראך צו ליינען 🫣), כ'לעכץ נאך אביסל ריינע וואסער, עפעס נאכצוזאגן אינדערהיים!

ס'וועט בל"נ זיין א חלק פון מיין טעגליכע שיעור!

ס'קוקט מיך אויס ווי די עולם דא וואלט עס שטארק ליב געהאט!
 
ביי חכמים טראגט א רמז גאר א שטארקע געוויכט ודי לחכימא ברמיזא
 
א שיינעם דאנק מעומק ליבי, ר' שעפטאל. אנסה כמיטב יכולתי. די פראבלעם איז היום קצר ... אבער ברגע די ישיבה האט בין הזמנים וועל איך האפענטליך האבן מער צייט. (אין די מאדרען ארטאדאקסישע ישיבות האט מען בין הזמנים כמעט דריי חדשים, פין מיטל יוני ביז סוף אויגוסט :)
 
Back
Top