הרב ר׳ יששכר כץ שליט״א ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה

@יששכר כץ
קען זיין ס'איז דא אין דעם די זעלבע ווי סיי וועלכע שטר אגרימענט צווישן שותפים וכדומה.
וואס אויב מ'נעמט זיך אויס, אפילו על פה, קומט אויך שטר אדער הסכם ווען מ'איז מבטל די שותפות (נתפרדה החבילה ווי די חרדים רופן עס...)

ס'איז סטאנדארד פרעקטיס אפילו נישט מחמת "חתונה" האבן

כ'האב נישט אויסגעהערט די שמועס, קען זיין האסטעס שוין דערמאנט

איז דאס אפיציעל אין איינקלאנג מיט חז"ל?
נדר על מה שכתוב בתורה נדרו בטל.
ואת זכר לא תשכב משכבי אשה.
וויזוי קען חל זיין אזא נדר?
די נדר איז נישט אז מועט יא זיין צוזאמען אינטימעטלי. די נדר איז מגייט נישט זיין צוזאמען באופן אינטימי מיט אנדערע.

א׳מייסטענס ארטאדאסישע הומוסעקסואלען זענען זיך מונע ממה שאסרה תורה במפורש. בנוגע אנדערע סארט intimacies דארפסטו ליינען מיין תשובה
 
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז עס א כעין נדר מפני תיקון העולם אזוי ווי מ'טרעפט ביי קידושי חרשת?
די תנאי/נדר איז נישט אויף די משכב גופא, נאר אלס קאמיטמענט פון די פארטנערס

Jinks
 
די פאלסט פאר רויזנטאל׳ס שטותים. סמיכה אין אונזער ישיבה איז מען מאל שווערער ווי מיין אייגענע סמיכה. איך האב באקומען סמיכה פון ר׳ יחזקאל ראטה פאר קענען טריפות, מליחה, בשר בחלב און תערובות. אונזערע מוסמכים דארפען זיך פארהערן על כל הנ״ל פלוס הלכות אבילות, טבילת כלים, גרות, קידושין, נידה גאנץ הלכות שבת וכו׳. ניין און ניינציג פערצענט פון די צייט אונזערע מוסמכים טוען דאס זעלבע ווי א סאטמאר מוסמך. זיי פאסקענען שאלות אין נידה, שבת אבילות וכו. ווען צו קומט צו שאלות וואס האבן שטארקע נעגאטיווע קאנסוקווענצען, למשל ווען הלכות נידה מאכטעס אומעגליך פאר א פארפאלק צו האבען קינדער, דאן זיכען מיר מער קולות ווי למשל ר׳ מנשה פילאף אדער ר חיים לייב כץ.
דערמאנט מיר די הארצרייסנדע געשיכטע וואס איך האב געהערט פון א אידישע פרוי אין טאראנטא וואס האט געהאט דעם פראבלעם, זי האט גע׳חלש׳ט צו האבן קינדער אבער איר אוויולעישן פלעגט זיין א טאג צוויי בעפאר די געווענטליכע יום הטבילה. איר מאן איז ארומגעגאנגען צו אלע רבנים און זיך געבעטן בתחנונים פאר א היתר צו גיין אין מקוה פריער (די גמרא זאגט דאך די זיבן ריינע טעג איז א חומרא און מן התורה דארף א געווענטליכע נדה נישט ווארטן אזוי לאנג) אבער ליידער האט קיינער אים בשום אופן נישט געוואלט געבן א היתר און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט האבן קינדער (זי האט עס דערציילט ביי א קירוב צוזאמענקום, מיט גרויס ווייטאג)

דא קענסטו זעהן מער וועגן די אויבנדערמאנטע ענין חומרא דרבי זירא – ויקיפדיה

איך בין זייער דאנקבאר ר׳ @יששכר כץ פאר אלס וואס איר טוט וואס העלפט פארגרינגערן דאס לעבן פון אידישע קינדער
 
דערמאנט מיר די הארצרייסנדע געשיכטע וואס איך האב געהערט פון א אידישע פרוי אין טאראנטא וואס האט געהאט דעם פראבלעם, זי האט גע׳חלש׳ט צו האבן קינדער אבער איר אוויולעישן פלעגט זיין א טאג צוויי בעפאר די געווענטליכע יום הטבילה. איר מאן איז ארומגעגאנגען צו אלע רבנים און זיך געבעטן בתחנונים פאר א היתר צו גיין אין מקוה פריער (די גמרא זאגט דאך די זיבן ריינע טעג איז א חומרא און מן התורה דארף א געווענטליכע נדה נישט ווארטן אזוי לאנג) אבער ליידער האט קיינער אים בשום אופן נישט געוואלט געבן א
היתר און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט האבן קינדער (זי האט עס דערציילט ביי א קירוב צוזאמענקום, מיט גרויס ווייטאג)

דא קענסטו זעהן מער וועגן די אויבנדערמאנטע ענין חומרא דרבי זירא – ויקיפדיה

איך בין זייער דאנקבאר ר׳ @יששכר כץ פאר אלס וואס איר טוט וואס העלפט פארגרינגערן דאס לעבן פון אידישע קינדער

ליידער איז דא צופיל אזעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועט א אפען ארטאדאקס ראביי נישט האבן א הווה אמינא צו מתיר זיין נידה דאורייתא. מ׳וועט אבער דורכארבעטען די חומרא דר׳ זירא: איז עס א חיוב, מנהג (בנות ישראל ״החמירו על עצמן״), קען פרו ורבו דאס דוחה זיין וכדומה. נעווער וועט א א״א רב מתיר זיין א דאורייתא.
 
איז דאס אפיציעל אין איינקלאנג מיט חז"ל?
נדר על מה שכתוב בתורה נדרו בטל.
ואת זכר לא תשכב משכבי אשה.
וויזוי קען חל זיין אזא נדר?
די נדר איז נישט אז מען וועט יא האבן תשמיש ווייל דאס קען מען דאך נישט ווי די זאגסט אלץ מתנה על מה שכתוב בתורה, נאר קען מען זאגן אז די נדר איז אז ער וועט נישט האבן קיין תשמיש מיט קיין איינעם אנדערש, אבער דא איז לכאורה ווייטער א פראבלעים אלץ אין איסור חל על איסור איז וויאזוי קען א נדר חל זיין אויף משכב זכר.
קען מען צי גיין אויף צוויי וועגן
1. מיגו דחל על היתירא חל נמי על איסורא, דהיינו וויבאלד די נדר איז חל אויף משכב אישה וואז איז מותר איז עס שוין אויך חל אויף משכב זכר אפילו אין איסור חל על איסור.
2. די נדר גייט טאקע נאר חל זיין אויף פרויען און מיט דעים ווערן די צוויי מענער מיועד איינער צום צווייטען, פונקט ווי א פרוי ווערט מיועד צי איר מאן דורך ווערן אסור צי אנדערע מענער, כאטש וואס זי בלייבט מותר צי אנדערע פרויען, די זעלבע ביי א געי מערידזש כאטש וואס די נדר איז נישט חל אויף אנדערע מענער אבער מיט דעים וואס ער איז זיך מתנדר פון אנדערע פרויען ווערט ער מיועד צי זיין מאן.
 
אויב גייט עס אויף אנדערע פרויען איז עס ווייטער א מתנה על מה שכתוב בתורה, וויבאלד ער איז מחויב בפריה ורביה.
 
פריה ורביה מיינט נישט אז מען דארף האבן סעקס, און קינדער קען מען האבן אן סעקס, מען קען אינזדשעקטען די זרע אין א פרוי.
 
די נדר איז נישט אז מען וועט יא האבן תשמיש ווייל דאס קען מען דאך נישט ווי די זאגסט אלץ מתנה על מה שכתוב בתורה, נאר קען מען זאגן אז די נדר איז אז ער וועט נישט האבן קיין תשמיש מיט קיין איינעם אנדערש, אבער דא איז לכאורה ווייטער א פראבלעים אלץ אין איסור חל על איסור איז וויאזוי קען א נדר חל זיין אויף משכב זכר.
קען מען צי גיין אויף צוויי וועגן
1. מיגו דחל על היתירא חל נמי על איסורא, דהיינו וויבאלד די נדר איז חל אויף משכב אישה וואז איז מותר איז עס שוין אויך חל אויף משכב זכר אפילו אין איסור חל על איסור.
2. די נדר גייט טאקע נאר חל זיין אויף פרויען און מיט דעים ווערן די צוויי מענער מיועד איינער צום צווייטען, פונקט ווי א פרוי ווערט מיועד צי איר מאן דורך ווערן אסור צי אנדערע מענער, כאטש וואס זי בלייבט מותר צי אנדערע פרויען, די זעלבע ביי א געי מערידזש כאטש וואס די נדר איז נישט חל אויף אנדערע מענער אבער מיט דעים וואס ער איז זיך מתנדר פון אנדערע פרויען ווערט ער מיועד צי זיין מאן.
די נדר איז בעיקר אויף די אימאציענעלע exclusivity, נישט די סעקס.
 
וואס איז שייך תנאי אויף א זאך וואס עקזיסטירט נישט. ס'איז נישט קיין נישואין און נישט קיין קידושין על פי הלכה. עכ"פ אויב די תנאי מוז ארויף גיין אויף קאמיטמענט, לאמיר דאס אנרופן תנאי על דבר רשות ווי איידער מתנה על מה שכתוב בתורה
 
און ערב ר''ה נאך התרת נדרים איז מען באפרייט?
מאיז מוסר מודעה אז קיין שום ביטול זאל נישט העלפן.

דרך אגב, ס׳איז אויך דא א דעבאטע וואס איז בעסער, א נדר אדער א שבועה, ואכמ״ל
 
ליידער איז דא צופיל אזעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועט א אפען ארטאדאקס ראביי נישט האבן א הווה אמינא צו מתיר זיין נידה דאורייתא. מ׳וועט אבער דורכארבעטען די חומרא דר׳ זירא: איז עס א חיוב, מנהג (בנות ישראל ״החמירו על עצמן״), קען פרו ורבו דאס דוחה זיין וכדומה. נעווער וועט א א״א רב מתיר זיין א דאורייתא.
היינטיגע צייטן איז דאס נישט קיין גרויסע אישו. אפילו אויב Pills ארבעטן נישט (וואס צו מיין knowledge ארבעטן עס יא געווענליך) צו פארלענגערן די period, זענען אסאך תשובה ספרים מתיר הזרעה מלאכותית נאך די זיבען טעג און טבילה, און דאס איז שוין אויף א חומרא, פשטות איז מותר בתוך ימי נדחתה ממש.

די ריכטיגע קשיא איז וויפיהל אידן האבן נישט געהאט קינדער אמאל ווען מ'האט נישט געוועוסט בכלל פון אוועלעישן צו זאגן צוליב חומרא דר' זירא + רמ''א המצריך ה' ימים.

אגב, שלום עליכם כבוד הרב. ס'איז אונז את כבוד אז אזא פרעזענליכקייט נעמט אנטייל אין די קרעמל.
 
א אפען ארטאדאקס ווי @יששכר כץ איז ביי מיר מער א טראסטבארע מענטש ווי איינער וואס איז נאך פרומער פון אים, אבער וועט סתם אזוי געוויסע זאכן זיך מורה היתר זיין ווייל ס'איז צו שווער, און אין די בעק מיינד זיך פארלאזן אויף סעקולערע רבנים וואס זענען מסתמא מתיר...

וואס וויל איך צוקומען, א מענטש דארפן האבן א גדר, גיידענס, און די אזוי גערופענען היינטיגע פרייהייט איז היפך פון דעם.

יעצט איבער חיבור פאר די השלמת ז' נקיים, אז איינער וועט זאגן, לאדיך אפ פון די פרומע וואס געבן נישט קיין היתר סתם אזוי, זי דארף דאך האבן קינדער...
אזא איינער אדער איז א פרוי וואס ארבעט נאר מיט געפיל, אדער אן א.ג. פרייער מענטש...

איך האב נישט קיין נערוון יעצט מאריך צו זיין דערין, אבער איך מיין אז מ'קען פארשטיין וואס איך זאג.
 
יישר כוח--much appreciated
 
דיסקלעימער. איך בין א חסידישע פרומער אינגערמאן וואס איך וועל הייסן מיינע קינדער שטיין ווייט פון דעם קווארטל, ווייל אז מ'איז זיך מתחבר צו מענטשן גייט מען נאכדעם אין זייערע וועגן, און איך האלט נישט אז דעי וועגן זענען ריכטיג.
אבער איך וועל אויך זאגן פאר מיינע קינדער פארוואס דאס איז נישט ריכטיג ווי ווייט איך וועל קענען ענטפערן אויב זיי פרעגן, און נישט ענטפערן אז זיי זענען גוים (אדער אידישע גוים) און זיי זענען די ס"מ אליינס...

איי איך בין דא זיך מתחבר צו אסאך ערגערע און בעסערע סארטן קווארטלען אידן, דאס איז צוליב מיינע נסיונות און תאוות, און איך האף און איך בעט דעם אייבערשטן אויך צו קענען שטיין ווייט פון דעם, וממדריגה למדריגה תעלנו.
 
ליידער איז דא צופיל אזעלכע פעלער.

אין אזא פאל וועט א אפען ארטאדאקס ראביי נישט האבן א הווה אמינא צו מתיר זיין נידה דאורייתא. מ׳וועט אבער דורכארבעטען די חומרא דר׳ זירא: איז עס א חיוב, מנהג (בנות ישראל ״החמירו על עצמן״), קען פרו ורבו דאס דוחה זיין וכדומה. נעווער וועט א א״א רב מתיר זיין א דאורייתא.
איך בין נייגעריג צו דו ווייסט (עס איז נישט נוגע למעשה) צו מעין סטריעם ארטעדאקס רבנים וועלן דאס אויך מתיר זיין?
איך רעד נישט פון עקסטרעמיסטן פארשטייט זיך
 
Back
Top