אינטערעסאנט אנצומערקן אז בימי חז"ל זענען אונזער הייליגע חכמים, נישט נאר געווען פוסקי הלכות פאר'ן דור, אויך האבן זיי געהאלפן מתקן זיין תקנות לטובת הציבור, טאקע ווען ס'איז געקומען צו הלכה'דיג אישוס.
מ'זעהט עס ווען ס'איז געקומען ביי מייקרי השער, ספעציעל ביי מצווה'דיגע הוצאות, תנאים און אמוראים האבן ארויסגעגעבן ווארענונגען אז זיי וועלען פסק'ענען לקולא לחד מאן דאמר אויב די פרייז גייט נישט אראפ!! לדוגמא לענין הדס בלולב וכלים בפסח.
הלל הזקן איז באקאנט אז ער האט מתקן תקנות לטובת העם, אויסער פרוזבול וואס ער האט מתקן געווען לטובת עניים. איז דא א תקנה ביי בתי ערי חומה, וואס מ'קען נאר צוריק גואל זיין די ערשטע י"ב חודש, און עס האט זיך געמאכט אז די לוקח איז אנטלויפן די לעצטע טאג פונעם יאהר, האט הלל מתקן געווען אז די אלטע בעה"ב מעג איבערלאזן דאס געלט אין א לשכה און צוריקנעמען זיין הויז, אפי' ס'איז דא איין מהלך אין די גמרא אז דאס העלפט נישט אמת'דיג ע"פ הלכה.