הרב ר׳ יששכר כץ שליט״א ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה

ביי חכמים טראגט א רמז גאר א שטארקע געוויכט ודי לחכימא ברמיזא

וכשאין נכווין בפושרין, צריכים חמי חמין...

דאכצעך אז "די לחכימא" ניצן חז"ל ווען ער מאכט א טעות, פעהלט נישט אויס מער ווייל ער כאפט סייווי אויפן ווינק.
אבער בקשה והודעה מעג זיין בפה מלא, אלס רעספעקט.
 
לעצט רעדאגירט:
View: https://youtu.be/SisIzyP99C0?si=Udf7_VSBoErtC0aR
װען איך האב דאס געזען האב איך געטראכט אז דא זעט מען קלאר װי מען ניצט געװיסע buzzwords זיך צו געפעלן פאר תמימותדיקע מענטשן און פארקױפן שטותים והבלים ער װיל אינטראדוסן די: Sanctity of Halacha to the Get process of a homosexual marriage. לא פחות ולא יותר ! דער אײנציגסטער eloquent response איז פון אײנעם, װאס נישט איך בין דער גרױסער חסיד זײנער אבער here he hits it out of the park
View: https://youtu.be/AttQQs9C3k8?si=w7JGLp09iIxbq5pV

Rechnitz at his best !!!
 
א שיינעם דאנק מעומק ליבי, ר' שעפטאל. אנסה כמיטב יכולתי. די פראבלעם איז היום קצר ... אבער ברגע די ישיבה האט בין הזמנים וועל איך האפענטליך האבן מער צייט. (אין די מאדרען ארטאדאקסישע ישיבות האט מען בין הזמנים כמעט דריי חדשים, פין מיטל יוני ביז סוף אויגוסט :)
@יששכר כץ
סופו של אוגוסט מתקרב ובא ועדיין לא נושענו.
אנא רבנו, אל תעזבנו, בל נעשה עגל לראשנו.
 
View: https://youtu.be/SisIzyP99C0?si=Udf7_VSBoErtC0aR
װען איך האב דאס געזען האב איך געטראכט אז דא זעט מען קלאר װי מען ניצט געװיסע buzzwords זיך צו געפעלן פאר תמימותדיקע מענטשן און פארקױפן שטותים והבלים ער װיל אינטראדוסן די: Sanctity of Halacha to the Get process of a homosexual marriage. לא פחות ולא יותר ! דער אײנציגסטער eloquent response איז פון אײנעם, װאס נישט איך בין דער גרױסער חסיד זײנער אבער here he hits it out of the park
View: https://youtu.be/AttQQs9C3k8?si=w7JGLp09iIxbq5pV

Rechnitz at his best !!!
רעכניץ איז א היפעקריט, ווייל לויט עם אליינס טארן מיר זיך אויכט נישט רופן ארטעדאקסען, ווייל ליטווישע אידישקייט און חסידישע אידישקייט איז קלאר לכולי עלמא נישט די ארגינעלע פארום פון אידישקייט, די אפענע ארטעדאקסען זענען כאטש נישט קיין ליגענערס, זיי זאגען דעם אמת אז זיי קומען מיט א נייע פלעיוואר אויף ארטעדאקסיע, אבער די חרדים קענען ניטאמאל דאס מודה זיין.

אבער דאס פארענטפערט נאך נישט ר׳ יששכר׳ן וואס איז פשט אין א געי גט על פי תורה, איך האב נישט קיין פראבלעים מיט אפענע ארטעדאקסיע, אבער לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, ע״פ תורה איז נישטא אזא זאך ווי א געי גט.
 
ר קהל דײן קריטיק אױף רעכניץ צי װער קען זיך באמת אהערשטעלן אלץ ארטאדאקס איז אן פױנט. אבער דעם גאנצן open orthodoxy באװעגונג איז א גרױסער מכשול. נישט אנדערש פון די messianic Jews . מען געט זיך אן כאילו מאיז אײן זאך און דעװײל איז עס א con. װעגן דעם װערסטו סורפרײזד אז דא רעדט דער מענטש א גאנצער צײט מיט אונז דברים של טעם אבער אין אן אנדערער setting רעדט ער משוגענע זאכן איז קושיא מעיקרא ליכא..
 
א דאנק פאר׳ן ברענגען די ערשטע ווידיאו -מחי׳ נפשות געווען צו הערן די פערל ווערטער פון הרב ר׳ יששכר כ״ץ. מיין רעספעקט איז נאר געשטיגן.

אין א וועלט וואס שטינקט פון dehumanization האט מען דא א תלמיד חכם וואס איז א זכי׳ צו לערנען פון אים וויאזוי אפצוגעבן כבוד פאר א צווייטן איד אפגעזעהן וואס די שיטה פון יענעם איז, און אויב זיין אידישקייט געפעלט דיר אדער נישט.

די עהרע פאר׳ן צלם אלוקים איז אינספירירנד!
 
לעצט רעדאגירט:
א דאנק פאר׳ן ברענגען די ערשטע ווידיאו -מחי׳ נפשות געווען צו הערן די פערל ווערטער פון הרב ר׳ יששכר כ״ץ. מיין רעספעקט איז נאר געשטיגן.

אין א וועלט וואס שטינקט פון dehumanization האט מען דא א תלמיד חכם וואס איז א זכי׳ צו לערנען פון אים וויאזוי אפצוגעבן כבוד פאר א צווייטן איד נישט געפרעגט וואס זיין שיטה אדער צו זיין אידישקייט געפעלט דיר אדער נישט. די עהרע פאר׳ן צלם אלוקים איז אינספירירנד!
אױ ביסטי גוט! 😂
 
אז מexplore׳ט דעם YouTube channel why open orthodoxy is not orthodox “ זעט מען קלאר די נקודה אז מנוצט אױס gullible מענטשן. און מקען זען װער סאיז דער slick מסית און װער סאיז נעבעך דער נײאיװער קרבן װאס קױפט די garbage װײל מדריקט זײנע־אירע באטנס . סאיז אסך לייכטער דארט צו זײן א רב. קײן סעיף קטן דארפסטו נישט געדעקען..just talk about love and tolerance און װארף צוזאמען די ביסל װאס די געדענסט פון אמאל
 
לעצט רעדאגירט:
ר קהל דײן קריטיק אױף רעכניץ צי װער קען זיך באמת אהערשטעלן אלץ ארטאדאקס איז אן פױנט. אבער דעם גאנצן open orthodoxy באװעגונג איז א גרױסער מכשול. נישט אנדערש פון די messianic Jews . מען געט זיך אן כאילו מאיז אײן זאך און דעװײל איז עס א con. װעגן דעם װערסטו סורפרײזד אז דא רעדט דער מענטש א גאנצער צײט מיט אונז דברים של טעם אבער אין אן אנדערער setting רעדט ער משוגענע זאכן איז קושיא מעיקרא ליכא..
ווי קומט אזא מין צוגלייך צו messianic Jews?
C'mon, ווייל ער האט אן אנדערע מהלך אין הלכה לייגסט עם אויף איין שורה מיט קריסטן?
אפילו אויף קאנסערוועטיווע אידן רעדט מען נישט אזוי
 
אז מexplore׳ט דעם YouTube channel why open orthodoxy is not orthodox “ זעט מען קלאר די נקודה אז מנוצט אױס gullible מענטשן. און מקען זען װער סאיז דער slick מסית און װער סאיז נעבעך דער נײאיװער קרבן װאס קױפט די garbage װײל מדריקט זײנע־אירע באטנס . סאיז אסך לייכטער דארט צו זײן א רב. קײן סעיף קטן דארפסטו נישט געדעקען..just talk about love and tolerance און װארף צוזאמען די ביסל װאס די געדענסט פון אמאל
גלויב מיר אז ר' ישכר כץ'ס "אביסל פון אמאל" וועגט איבער פול מער די "ברייטע ידיעות" ביי אונזערע בני תורה. ס'איז אסאך לייכטער צו זיין א רבי פאר תמימות'דיגע חרדים וואס זענען גרייט צו אפקויפן אלעס וואס שטעלט זיך אהער מיט א קאלירטע בעקישע. ליידער פעלט אונז נישט א זעלכע מפורסמים של שקר וואס זענען ביזי מיט "תורת החסידות", אבער למעשה זענען זיי נישט ביזי נישט מיט "תורה" און נישט מיט "חסידות".

להוי ידוע, אז ס'נישט דא אזא זאך ווי gullible יודען. יודישקייט איז געגעבן געווארן פאר אומוויסענדע מענטשן דורך מקבל זיין תורה פון תלמידי חכמים. נעמסט אן צאנזער רב'ס זי"ע שמות גיטין אפילו ווען מיר האבן נישט קיין אנונג ווי אזוי מ'מאכט אויף א שו"ע אבן העזר.

אפענע ארטאדאקסיע רבנים דארפן זיך אסאך מער דעפענדן ווי חרדישע רבנים. הרב אבי ווייס איז נישט געווען לפי רוח המעינסטרים פון ארטאדאקסיע אבער קיין עם הארץ איז ער נישט געווען, און ער האט געדארפט פארטיידיגן זיינע contemporary שיטות פאר זייינע קעגענער.

שטעל דיך פאר, רבנים וואס האבן נישט נאר געהאט אן אייגענארטיגע מהלך אין הלכה, נאר זיי האבן אויף איינמאל אויכעט גיזעהן אריין ברענגן love and tolerance. מי יתן אז אונזערע רבנים זאלען זיין צו גאט און אויך צו לייט. מ'מוז בכלל נישט אגריען מיט open Orthodoxy צו פארשטיין אז יענער איז נישט קיין slick מסית.
 
לעצט רעדאגירט:
רעכניץ איז א היפעקריט, ווייל לויט עם אליינס טארן מיר זיך אויכט נישט רופן ארטעדאקסען, ווייל ליטווישע אידישקייט און חסידישע אידישקייט איז קלאר לכולי עלמא נישט די ארגינעלע פארום פון אידישקייט, די אפענע ארטעדאקסען זענען כאטש נישט קיין ליגענערס, זיי זאגען דעם אמת אז זיי קומען מיט א נייע פלעיוואר אויף ארטעדאקסיע, אבער די חרדים קענען ניטאמאל דאס מודה זיין.

אבער דאס פארענטפערט נאך נישט ר׳ יששכר׳ן וואס איז פשט אין א געי גט על פי תורה, איך האב נישט קיין פראבלעים מיט אפענע ארטעדאקסיע, אבער לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, ע״פ תורה איז נישטא אזא זאך ווי א געי גט.
אז די ליינסט מיין תשובה וועסטו זען אז איך מאך קלאר אז ווען איך רעד וועגען גיטין און קידושין מיין איך נישט עכטע קידושין אדער גיטין דאורייתא נאר כעין הדבר. דאס א רעיון וואס מיר געפונען ביי חז״ל לגבי קידושי חרש וחרשת. זיי קענען אויך נישט חתונה האבען מן התורה אבער חז״ל האבען מתקן א imitation קידושין—שלא ינהגו בה מנהג הפקר.

די זעלבע רעיון איז גילטיג פאר די וואס אידענטעפיצירן אלץ געי. כדאי צו מונע זיין ביי זיי מנהג הפקר איז בעסער אז מיר זאל אויפקומען מיט א ריטואל וואס מאכט זיי שפירען מחוייב איינער צום אנדערען און נישט ארום בארדענען. (זע מיין תשובה ווי איך צייכן צו היבשע מראה מקומות לגבי דעם מושג)
 
View: https://youtu.be/SisIzyP99C0?si=Udf7_VSBoErtC0aR
װען איך האב דאס געזען האב איך געטראכט אז דא זעט מען קלאר װי מען ניצט געװיסע buzzwords זיך צו געפעלן פאר תמימותדיקע מענטשן און פארקױפן שטותים והבלים ער װיל אינטראדוסן די: Sanctity of Halacha to the Get process of a homosexual marriage. לא פחות ולא יותר ! דער אײנציגסטער eloquent response איז פון אײנעם, װאס נישט איך בין דער גרױסער חסיד זײנער אבער here he hits it out of the park
View: https://youtu.be/AttQQs9C3k8?si=w7JGLp09iIxbq5pV

Rechnitz at his best !!!
זעה מיין ענטפער צו קהל׳ס נער
 
אז די ליינסט מיין תשובה וועסטו זען אז איך מאך קלאר אז ווען איך רעד וועגען גיטין און קידושין מיין איך נישט עכטע קידושין אדער גיטין דאורייתא נאר כעין הדבר. דאס א רעיון וואס מיר געפונען ביי חז״ל לגבי קידושי חרש וחרשת. זיי קענען אויך נישט חתונה האבען מן התורה אבער חז״ל האבען מתקן א imitation קידושין—שלא ינהגו בה מנהג הפקר.

די זעלבע רעיון איז גילטיג פאר די וואס אידענטעפיצירן אלץ געי. כדאי צו מונע זיין ביי זיי מנהג הפקר איז בעסער אז מיר זאל אויפקומען מיט א ריטואל וואס מאכט זיי שפירען מחוייב איינער צום אנדערען און נישט ארום בארדענען. (זע מיין תשובה ווי איך צייכן צו היבשע מראה מקומות לגבי דעם מושג)
@יששכר כץ
קען זיין ס'איז דא אין דעם די זעלבע ווי סיי וועלכע שטר אגרימענט צווישן שותפים וכדומה.
וואס אויב מ'נעמט זיך אויס, אפילו על פה, קומט אויך שטר אדער הסכם ווען מ'איז מבטל די שותפות (נתפרדה החבילה ווי די חרדים רופן עס...)

ס'איז סטאנדארד פרעקטיס אפילו נישט מחמת "חתונה" האבן

כ'האב נישט אויסגעהערט די שמועס, קען זיין האסטעס שוין דערמאנט
 
אז מexplore׳ט דעם YouTube channel why open orthodoxy is not orthodox “ זעט מען קלאר די נקודה אז מנוצט אױס gullible מענטשן. און מקען זען װער סאיז דער slick מסית און װער סאיז נעבעך דער נײאיװער קרבן װאס קױפט די garbage װײל מדריקט זײנע־אירע באטנס . סאיז אסך לייכטער דארט צו זײן א רב. קײן סעיף קטן דארפסטו נישט געדעקען..just talk about love and tolerance און װארף צוזאמען די ביסל װאס די געדענסט פון אמאל
די פאלסט פאר רויזנטאל׳ס שטותים. סמיכה אין אונזער ישיבה איז מען מאל שווערער ווי מיין אייגענע סמיכה. איך האב באקומען סמיכה פון ר׳ יחזקאל ראטה פאר קענען טריפות, מליחה, בשר בחלב און תערובות. אונזערע מוסמכים דארפען זיך פארהערן על כל הנ״ל פלוס הלכות אבילות, טבילת כלים, גרות, קידושין, נידה גאנץ הלכות שבת וכו׳. ניין און ניינציג פערצענט פון די צייט אונזערע מוסמכים טוען דאס זעלבע ווי א סאטמאר מוסמך. זיי פאסקענען שאלות אין נידה, שבת אבילות וכו. ווען צו קומט צו שאלות וואס האבן שטארקע נעגאטיווע קאנסוקווענצען, למשל ווען הלכות נידה מאכטעס אומעגליך פאר א פארפאלק צו האבען קינדער, דאן זיכען מיר מער קולות ווי למשל ר׳ מנשה פילאף אדער ר חיים לייב כץ.
 
@יששכר כץ
קען זיין ס'איז דא אין דעם די זעלבע ווי סיי וועלכע שטר אגרימענט צווישן שותפים וכדומה.
וואס אויב מ'נעמט זיך אויס, אפילו על פה, קומט אויך שטר אדער הסכם ווען מ'איז מבטל די שותפות (נתפרדה החבילה ווי די חרדים רופן עס...)

ס'איז סטאנדארד פרעקטיס אפילו נישט מחמת "חתונה" האבן

כ'האב נישט אויסגעהערט די שמועס, קען זיין האסטעס שוין דערמאנט
די פראצעס איז א נדר אז מועט נישט ארום בארדענען מיט אנדערע מענטשן, אין א ״גט״ איז א סארט פון התרת נדרים.
 
איז דאס אפיציעל אין איינקלאנג מיט חז"ל?
נדר על מה שכתוב בתורה נדרו בטל.
ואת זכר לא תשכב משכבי אשה.
וויזוי קען חל זיין אזא נדר?
 
איז דאס אפיציעל אין איינקלאנג מיט חז"ל?
נדר על מה שכתוב בתורה נדרו בטל.
ואת זכר לא תשכב משכבי אשה.
וויזוי קען חל זיין אזא נדר?
אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז עס א כעין נדר מפני תיקון העולם אזוי ווי מ'טרעפט ביי קידושי חרשת?
 
Back
Top