הערשי פערל
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מערץ 12, 2026
- מעסעדזשעס
- 9
- רעאקציע ראטע
- 66
- פונקטן
- 13
אויב וואלט ער זיך געפירט מיטן פאלשע חסידות פון וואס ער רעדט, איז עס ווייל ער האט שפעטער אפגעפארן פונעם אמת און פארקויפט זיין נשמה פאר כבוד און געלט.איז טאקע וועגען דעם אינטערעסאנט אז נאך דעם בריעף האט ער זיך מיישב געוועהן און ער איז געבליבען מיט די חסידות,חתונה געהאט מיט די טאכטער פון בעלזא רבי וואס האט איהם מכבד געוועהן,און נוהג געוועהן רביסטווע אין שפיקוב און שפעטער אין ראווה-רוסקא,ווי ער האט געפיערט און געהאט פארעהרער און וואוילע חסידים ביז די שואה,
די בריעף איז געוועהן א מעשה נערות אלץ חתן,און ער האט עס טאטאל איגנארט ווען ער האט זיך בארוהיגט און געסעטעלט מעטשורלי.
גם כי יזקין לא יסיר ממנה.
ס'קוקט אויס ווי ער האט זיך באהאפטן מיט די עלטערע ספרי חסידות און זיך געפירט אהן צביעות און קאנטראל, האט ער טאקע עלטער געווארן פונעם רוח הזמן צו זיין אויפגעקלערט און מאדערען און הנאה געהאט פונעם ליכטיקייט וואס חסידות געט.