האסטו חרטה פארן שטימען פאר טראמפ?

האסטו חרטה פארן שטימען פאר טראמפ

  • יא איך האב חרטה

    Votes: 10 26.3%
  • ניין ער איז זייער גוט

    Votes: 28 73.7%

  • Total voters
    38
אז מ'וויל שמועסן איבער חרטה קומט אריין צו דערמאנען: ארום 50,000-65000 רעפובליקאנער אין נעמפא איידעהאו, פאלסאם קאליפארניע, סאלט לעיק סיטי, יוטא און קנאושע קאונטי, וויסקאנסין האבן אנטיילגענומען אין די "פייט אליגארקי טאור"

מ'פרעגט נישט אויס ביים אריינקומען האט איר געוואוט פאר טראמפ אבער די נומערן זענען גאנץ קלאר אז אין די אלע פלעצער האט טראמפ זייער שטארק געזיגט און דא א חודש דערנאך האבן זיי אנטיילגענומען ביי א בערני עי או סי ראלי. כ'קען דיר נישט זאגן וויפיל עקס טראמפיסטן זענען דארט געווען אבער זייער אסאך פון די ראליס האבן געהאט חרטה מענטשן לויט ווי בערני און די לאקאלע נייעס פארציילן.

אין אלע 50 סטעיטס און אין יו עס ווירדזשין איילענדס, פורטא ריקא, גואם, איז געווען א no kings protest וואס האט ארויסגעברענגט ארום 5-6 מיליאן מענטשן און ס'איז געווען זייער פרידליך. אסאך עקס טראמפיסטן זענען געווען דארט.

בנוסף זענען געווען פראטעסטן אין אלע גרויסע סיטיס און קענעדע, און 20 לענדער ארום די וועלט.

יעצט וויפיל דאס מאכט אויס איז שווער צו זאגן, אבער די פאקט איז קיין איין פירער פון קיין איין פארטיי קען נישט זיין גוט ווען עס טוט זיך אזא מהומה איבער אין און זיינע פאליסיס אפילו ווייטער ווי די אייגענע גרעניצן.

זיך טענה'ן און פילזאפירן קען נישט יעדער, אבער מ'דארף נישט זיין קיין חכם צו זעהן די כאאס און די מהומה, אפילו דער שוטה ווייסט איין זאך: די מענטשן האבן נישט ליב וואס טוט זיך! און דאסמאל שמעקן די מענטשן גאר גוט
 
דאס איז די מענטשן פון (ראדיקל ליבערל) נעבראסקא

דא האבן איבער 60 פראצענט געוואוט פאר אים...
אלטע זיידע'ס שרייען נאך tax the rich מ'זעהט אנדערע ווידיאו'ס קלארער, קיינער קען נישט מאכן קיין ארגומענט אז דאס זענען אפאר צוהיצטע אויפגעקלערטע סטודענטן, און מ'האט געזעהן ענליכע צענעס ווי מענטשן זענען ארויסגעפירט געווארן פון טאונהאולס, און אלע רעכטע קאנגרעסלייט האבן געדארפט ווי מ'זאגט carry his water

ערגא דער מיסטער איז גארנישט אזוי פאפולער ווי ער האלט זיך.
 
נאך דעם וואס טראמפ האט געווינען די ערשטע מאל האבן אסאך געזאגט אז זייער אסאך טראמפ שטיצערס האבן חרטה געהאט נאכן זעהן זיינע פאלעסיס וכדומה, אבער ער האט באקומען 12 מיליאן וואוטס מער אין 2020 ווי אין 2016.

נאך ינואר 6 האט מען אויך געזאגט אז גאר אסאך טראמפ שטיצערס האבן אים איבערגעלאזט וועגן די וועג וויאזוי ער האט געהענדלט זיין פארלוסט/געווינס... אבער ער האט באקומען אין 2024 איבער 3 מיליאן וואוטס מער ווי אין 2020.

סאו דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז א גרויסע פראצענט האט חרטה געהאט אויף זייער וואוט... נייס טריי...

וועל מיר זיך איבערצייגן אין 2028 ווען ער וועט באקומען נאך א פאר מיליאן וואוטס מער...
 
וועל מיר זיך איבערצייגן אין 2028 ווען ער וועט באקומען נאך א פאר מיליאן וואוטס מער...
נישט דא קיין 2028 ער קען שוין נישט לויפן אין ערגעץ, דא איז נישט ארץ ישראל ווי מ׳לויפט איינמאל און נאכאמאל ביז מען קומט אן אין תפיסה
 
נישט דא קיין 2028 ער קען שוין נישט לויפן אין ערגעץ, דא איז נישט ארץ ישראל ווי מ׳לויפט איינמאל און נאכאמאל ביז מען קומט אן אין תפיסה
ס'איז נאר א ווערטל, טעיק איט איזי...

אבער די פוינט ביז די שורה איז נאך אלס אמת
 
איך האב נישט חרטה אבער ער איז אויכעט נישט זייער גוט
 
146312.webp
 
וואס האסטו אזוי הנאה ער האט עניוועי געוואנען ?
לאמיר זעהן... ער האט נישט אויסעגעפירט די מעין זאכן וואס ער האט צוגעזאגט, און די אלע וואס האבן דא געצימבלט און טריאמפירט ווי גוט ער גייט זיין אלס פירער/ניגאושיעטער זענען שטיל ווי פיש אינקלודינג אייך, ווען מ'פעקט טשעקט וואס ער טוט אלס מיט אייס אגענטן קעגן די קאנסטיטוציע, אביוזט זיין פאוער מיט די נאצינאלע גארד אין א סטעיט ווי קריים איז דאון 35 פראצענט זינט 2023 , ער האט געגעבן קלעמענסי פאר איבער 1500 רעוואלטירער וואס האבן, אויף זיין און דזשוליאני'ס העצע געמאכט אן אויפשטאנד וואס ער האט געבעקט און פונקטליך אויספלאנירט און עס איז דא קלארע עדות דערויף.

אה און איינער וועם ער האט ארויסגעלאזט עדווארד קעלי האט זיך שוין געוואלט נוקם זיין אויף זיין ארעסט וואס ער האט דאך טאקע גארנישט געטוהן, און וואס איז געווען איז דאך נישט געשעהן ווייל קיינער אויף זייער זייט איז דאך נישט בכלל אומגעקומען.. איינער פון די אומשולדיגע האבן צוליב אן אומבאקאנטע סיבה, געפלאנט א טעראר אטאקע קעגן די עף בי איי אגענטן און יעצט איז ער צוריק אונטער גראטעס פאר לעבן. נעבעך. די בלוטדורשטיגע רשעים וואס פאר אביסל פארטיסן פאליטיק טוען זיי אויפמאכן ליגינות אויף אזא וואוילע פאטריאט, גארנישט גארנישט גארנישט געטוהן.

פארוואס מיש איך אריין טראמפ אין דעם? אפשר איז עס נאר זיינע ראיאטישע דזשיהאדיסטישע חסידים און ער וויל עס נישט? די תירוץ איז ניין, ווער ס'האט נאר אריינגעקוקט אין א PBS דאקומענטאר און אביסל געפאלויט טעסטימאני פון די גאנצע עלעקשן ווייסט אז דאס האבן 3 מענטשן פלאטעד, רודי דזשוליאני, דאנאלד דזשעי טראמפ, און מארק מעדאוס. ער, מר. טראמפ האט געשטופט לגינות און אינעדמיסעב"ל עווידענס פאר חדשים אין א צי וואס ער האט גוט געוויסט איז פאלש!!! ווען די עלעקטער סלעיטס זענען אנגעגאנגען אין פולן שוואונג איבערצודרייען די אויסגאנג, די אריזאנע אודיט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א טעות אין די סכום... מיט אפאר מער קעגן אים!

אבער ס'איז אים נישט אנגעגאנגען, זיין אייגענע טשיפ אפ סטעפ, זיינע אייגענע קינדער, לייקענען דערין פארנט פון קאנגרעס און ס'האט נישט געטויגט די מצב, גייסטו יעצט זאכן אפשר האט איוואנקא נישט געדארפט געבוירן ווערן ווייל טראמפ האט זיך פארלאזט אויף איר צו זאגן וואס ער וויל הערן??? לייק ווי ווייט גייט מען דאס ספינען פארן צדיק'ס וועגן? פאר א שווארץ יאר איוואנקא איז אויך א טרעיטער? ווי איז קעלי מעקענעני? איינער געדענקט איר נאך? ווי איז יעדער?

אויב איז דא אזויפיל אמת צו זיין מאיעסטעט פארוואס געדענקט מען אפילו נישט ווער זיינע נאנסטע מענטשן זענען? רודי האט זיך אויסגעטוהן נאקעט אין גאס פאר אים. ער איז באנקראט!!! ער איז געבליבן מיט זיראו און אן קיין דזשאב.

זיין עקאנאמישע פלענער? האב איך פרעדיקטעד וועט קיינמאל נישט ארבעטן און אזוי איז טאקע געווען, קאמאלא העריס האט דאס פרעדיקטעד דיבעיט נייט, און ווער עס האט סטאקס האט עס שוין געפילט גלייך ווען ער האט געזיגט, די ערגסטע 100 טאג פון א פרעזידענט זינט 1974 איז א פרישע רעקארד,
זיינע טאקאו טעריף'ס וואס האט זיך געטוישט דעיטס און נעמען יעדע 24 שעה האבן אימפארטירער, קאנסומער פון אויבן אראפ געפילט אין די אינדוסטרי'ס וועלכע זענען די מערסטע אפעקטירט געווארן.

און פארשטייט זיך זיין פלאפערישע זעלענסקי מיטונג וואס האט שוין אפאר הונדערט טעג פריער געדארפט זיין מסודר עצהיו"ט האט געוויזן, נישט פאר מיר, נאר פאר ערנסטע טראמפיסטן אז דא רעדט מען פון א דיזעסטער וואס זיי האלטן נאך אינמיטן אראפשלינגען...

פאר די און אנדערע זאכן איז גאנץ פארשטענדליך פארוואס א מענטש, אפילו א טיפישע ציניקער וואס גלייבט נישט אז אמעריקע'ס דעמקראטיע איז נאך ווערט א שטימע, איז גאנץ נארמאל נישט צו וועלן האבן א שייכות מיט די דיקטאטורשאפט און פאליס סטעיט אפילו א האלב לאנד האט (אויף פאפיר) אזוי געשטימט. מ'קען מאכן א קעיס אז דאס איז שוין דייויד וויבאלד זיינע פאולס האבן געדראפט נידריגער ווי ביידן'ס הגם איך בין נישט די גרעסטע חסיד פון פאולס.

איך האב הנאה ווי דו פרעגסט נאך מיט א תמימות פארוואס, ווי גלייך דו ווייסט נישט פארוואס א מענטש זאל אפילו טראכטן אזעלכע כפירה... לאל

געווינען איז די ווארט? ער איז א בושה פאר זיינע אייגענע געטרייע קאנסטושיענטס how about that? פוטין מאכט פאני פעיסעס צו די קעמרע'ס פארוואס ער פרייט זיך? ווייל ס'גייט זיין א בושה אין עטליכע יאר ארון צו זאגן ”יא, איך האב געוואוט פאר דעם מיין קינד” Mark my words איך פערזענליך האב דאס אויך בכלל נישט באשטעלט, איך האב געבעטן די עולם דא, (ליין פון די מאגא לעגעסי ווי איך גיי דורך א פאק מיט סיבות פארוואס איך בין קעגן) מ'קען אלעס גיין ליינען וואס איך האב געשריבן פארוואס ער איז נישט באגלייבט. און די אלע וואס האבן אים דעמאלטס דיפענדעט זענען שא שטיל... בושות.

זיי געדענקען נישט וואס ער האט געזאגט 5 מינוט צוריק, און ער אויך נישט! ס'איז א בושה צו זיין זיין פען ווייל ממש אלעס פון די הסברות פון זיינע ”סוקסעסן” זענען נישט באזירט אויף פאקטן.

אפשר אז ער האט ניגאושיעטעד פיעס מיט פאקיסטאן אינדיע, אפשר ...

זיין פארשטיקענע ”גרויסע ביל” גייט בעסיקלי אונטערברעכן אמעריקע לאנג טערם, די חוב און די פיפל בפרטיות ווי סטודענטן וואס ער האט זיי יעצט אסאך שווערער געמאכט ער האט געשניטן זאכן וואס מ'שניידט נישט ווייל ס'דארף טאקע יא זיין, אזוי ווי זיין פארגייער רעיגן האט שוין געטוהן מיט דיפאנדן און אויסרייסן וויכטיגע פראוגרעם'ס פאר אביסל טעקס קאטס פאר די רשעי האאליגארקי, וואס דארפן צאלן מער נישט ווייניגער און זענען פאראנטווארטליך פאר די disparity פון אונזער צובראכענע עקנאמיע ווי אן ארבעטער מאכט היינט קוים 2 פראצענט מער ווי 1950 וואס מיינט 0 וויבאלד ס'איז איינגעשלינגען מיט אינפלעישן בשעת די ביליאנער וואס האט דעמאלט געמאכט 50-60 מאל מער האלט היינט ביי איבער 300 מער.

אבער מ'דארף דאך פארט האבן דאס געלט צו דעקן זינט די גאווערמענט קאווערט זיך נישט אזוי אויך, גייט דאס אויפן חשבון פון סאושל סעקיוריטי, פוד סטעמפס, וויק מעדיקעיד און אפפארדבל האוזינג... יעצט איז טראמפ ממשיך צו גיין ריגרעסיוו צו די צייטן ווען האומלעסנעס וואס דו זעהסט היינט האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך צו פלאנצן.... היינט קען מען גרינג ביטשן דערוועגן אן כאפן איינער האט אנגעהויבן די דעמעדזש א לאנגע צייט צוריק, די זעלבע גייט ליידער זיין מיט דעם, ס'גייט זיך נישט דערקענען איבערנאכט.

טיילאנדע טרעיד? יו קעי טרעיד? ריינע דיסטרעקשן.
הזאת נעמי? מ'האט אלס גערעדט פון טשיינע, און די מאל האט מען אזוי אריינגערוקט מעקסיקא און א כתוב השלישי קאנאדא, יעצט איז טיילאנד די געווינס גאר? פורים אינדערוואכן, גארנישט דארף נישט מאכן קיין סענס מיט נעכטן, מ'קען זיך סותר זיין, לייקענען, זאגן עבירה איז א מצווה ווען ס'איז נעכטן געווען אן עבירה... ס'איז שוין נישט קיין דזשאוק... דער איז צופידלט און צוחושט! פלעין ענד סימפל און זיינע הארסיס שאקלען נאך אמן צו וואס ער טוט...

ער האט געהאקט און געפילעוועט אין די סכנה גדולה וואס הענגט איבער אינז, די מידיא.. כ'מיין נא, די פארגיפטיגע טיק טאק הידיעה לשמצה וואס מאכט אונזערע יוגנט פיינט האבן אמעריקע און פארטויפט זיי צו כינעזע שפיאנען ווער ווייסט וואס זיי טוען מיט אונזערע דעטע, און מ'מוז דאס עוקר זיין מיט איין פאטריאטישקייט מיטאמאל ער קומט אויפן בענקל, די ערשטע פריקן פרעסע קאנפערענץ... I changed my mind יעצט מעגן סעם אלטמאן און לערי עליסאן עס האנדלען... יעצט וועט שוין אלעס זיין אין פארזיכערטע אמעריקאנע הענט... קאם אן!! וועם נארסטו דא? דו מיינסט אונז זענען דיינע הינט? דער זאגט וואס ער טראכט אויפן מינוט אן קיין שום קאנסיסטענסי!

סא ווען ער זאגט ער האט הנאה, מיינט ער איז פראוד נישט צו זיין טייל פון די embarrassing moment אין אונזער היסטערי האבנד'יג זיין הארץ אין ריכטיגן פלאץ. דאס מיינט ער. ער האט נאך שכל און דארף נישט מ'זאל דיפאנדן מעדיקעיד וואס האט אזוי אויך נישט געהאט גענוג. @ברכה לבטלה לבטלה בין איך ראנג?

ער האט געסיינט אומגעפער 350 עקזעקויטיוו ארדערס און 4 בילס סא פאר.... אבער מ'טאר חס מלהזכיר זאגן ער איז ווי היטלער...

ווער טוט אזוי???

און וואס האט ער דא געברענגט צום האוז פלאר רבש"ע?

פון אכזריות דיטענשן צענטערס
פענטענל איז א קאנטראלד סובטענס
ביז קריפטאו סטעבלקוינס פאר זיין אייגענע רייכטום. גארנישט קאנקריט אויסער דעם,
און זיין צודרייטע חרוב שטייער ביל דאס יא. איך בין בייעסד? זיי מוחל ברענג מיר 1 גוטע זאך דערפון? איינס. 200 דאלער טשיילד טעקס קרעדיט...

איך וויל דיר פרעגן עפעס, דאס הייסט א פירער פון א פרייע לאנד? דאס מיינט טשעקס און בעלענסעס? אדער א קעניג מיט א ווייסן פעדער אויפן קאפ??? ער האט אראפגעברענגט די סטאנדארט פון די חשובע פאזיציע וואס ס'איז געווען ווער ער האט זיך אויסגעלאכט פון די העכסטע געריכט איינמאל און נאכאמאל.

ער איז די טשאמפיאן פון פרי ספיטש, ביז איינער זאגט נאר א ווארט קעגן מדינת ישראל... עד כאן. וכהנה רבות.

סירעיסלי מיין תמימות'דיגע פריינט, וועק דיר שוין אויף פון con game סקעם. וואטש אביסעלע טיווי און ליין נייעסלעך דוקא ווייל ער פארבאט דאס! ווער דו געוואר וואס גייט באמת פאר אויפן כדור הארץ.

לאוו יו לייבוש, טוה תשובה, ווער woke. 💗💗🏳️‍🌈


נ.ב.
אביסל אן אויפרישונג פון א ליסטע פון צובראכענע פראמיסעס פון די ימי קדם וואס מ'קען זאגן קיין איין פרעזידענט האט נאכנישט גערעדט אזוי גרויס און אזויפיל זאכן געלאזט אפן און אומפארענטפערט ווי גלייך ער האט אין זיין לעבן אזא זאך נישט צו געזאגט אסאך זאכן!
 
לעצט רעדאגירט:
נאך דעם וואס טראמפ האט געווינען די ערשטע מאל האבן אסאך געזאגט אז זייער אסאך טראמפ שטיצערס האבן חרטה געהאט נאכן זעהן זיינע פאלעסיס וכדומה, אבער ער האט באקומען 12 מיליאן וואוטס מער אין 2020 ווי אין 2016.

נאך ינואר 6 האט מען אויך געזאגט אז גאר אסאך טראמפ שטיצערס האבן אים איבערגעלאזט וועגן די וועג וויאזוי ער האט געהענדלט זיין פארלוסט/געווינס... אבער ער האט באקומען אין 2024 איבער 3 מיליאן וואוטס מער ווי אין 2020.

סאו דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז א גרויסע פראצענט האט חרטה געהאט אויף זייער וואוט... נייס טריי...

וועל מיר זיך איבערצייגן אין 2028 ווען ער וועט באקומען נאך א פאר מיליאן וואוטס מער...
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, יא עס איז ביי מיר נישט mutually exclusive איך האב דיר שוין אכצן מאל געענטפערט אויף דעם און דו גייסט אין circles

סא די "מער וואוטס" איז די זעלבע מענטשן נאר עס צוגעקומען נאך מענטשן צו די משפחה?

ס'פאלן אוועק אלטע אויך, אזוי גייט יעדע מאל בפרט אין סווינג סטעיטס ווי ביידע פארטייען האבן געהאט נייע מענטשן און פארלוירן אלטע, פארדעם הייסט דאך עס סווינג. ס'קוקט אויס ווי אין דיין קאפ איז עס נאר מוסיף והולך, אמת? דו פארגעסט אבער אז אין די זעלבע צייט האבן טויזנטער אויך אריבערגעסוויטש צו איר!

און וויפיל פרישע וואוטערס זענען געווארן 18? רבש"ע, טעילאר סוויפט האט אויך געצויגן מער העריס שטיצער ווי איר ערשטע מאל וואס זי האט געזאגט אירע פענס זאלן זיך רעגיסטרירן און טראמפ האט זיך צורעגט... סא?

בנוגע 2020 דאס איז לויט מיר א בייעסד פערספעקטיוו דאס איז ווי איך זאל זאגן אז זינט אבאמא האבן יונגע וויילער רעגיסטרעישן זיך שטארק געהויבן... כ'פרעג דיר צו דו וואלסטו מיר דאס פארגינט...

While דאס איז אמת says who דאס איז עפעס זיין קרעדיט, איך האלט דאך נישט אזוי ביי ביידן 'ס אכציג מיליאן אויך נישט נאר וואדען? קאוויד האט שטארק געפראסקעט טראמפ צוליב זיין באהאנדלונג און זיין וויכטיגע לעב ליק טשייניז וויירוס פאקוס וואס האט אים אראפגעשמיסן.

אבער עס איז געווען אינמיטן א ווארלדווייד פאנדעמיק, זייער אסאך ארבעטער האבן נישט געוואלט ארויס גיין צו די בודקעס

האבן 6 דעמאקראטישע/סווינג סטעיטס אינקלודינג יוטא אדאפטירט פולע vote by mail סיסטעם'ס אזוי ווי עס דארף בעצם אייביג זיין וועלכע אסאך דעמעקראטישע וויילער טענה'ן שוין יארן. ממילא האט ביידן אויך געזעהן אוט פערפארמענס אין די אורך אוטס וויבאלד געווענליכע וואס גייען נישט אין די אמעריקאנע נעבעכדיגע טורנאוטס זענען דא יא ארויסגעקומען/געשטימט מיט אבסענטי באלאטס לאו דוקא ווייל מ'איז געווען אזוי גאגא פאר אים. נישט אז קראוד סייז האט סיי וועלכע ווארהייט.

טראמפ קלעימט, (אבער אן באווייז) אז דאס איז אלעס א פלאט פאר פראוד קעגן אים פון די דעמעקראטן. נו, ער האט דאך שוין געקלעימט אזוי אין 2016 אפילו פאר ער האט געווינען און דו גייסט בטעות נישט ענטפערן אויף דיזן שורה, אבער עד היום הזה ווייסט נאך קיינער נישט, וואס איז אין די עשפטיין פיילס און וואס די באמבשעל פיינדינגס פון קריס קאובעק - די אויפזעעהער פון די עלעקשן פראוד אינוועסטיגעישן קאמיטע - האט פאר אונז צו מעלדן בנוגע שווערע פראוד אין די 2016 עלעקשן, אפשר ווארט מען נאך אויף די העריס פראוד זאל אריינקומען און מ'וועט זעהן אז טראמפ האט געווינען מיט נאך 17 מיליאן מער... אבער אזוי ווי מיר שטייען יעצט, איז די דיפארטמענט אויפגעלעזט געווארן אן קיין איינציגן באריכט.
 
לעצט רעדאגירט:
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, יא עס איז ביי מיר נישט mutually exclusive איך האב דיר שוין אכצן מאל געענטפערט אויף דעם און דו גייסט אין circles

אין קורצן: איינס האט נישט מיטן אנדערן, ער קען האבן מער, ביידן קען האבן מער און ס'מאכט אים נישט שטערקער נאר א רענדעם בארינג שטיקל דעטע וואס איז נישט סותר אין עני שעיפ אר פארם אן אנדערע שטיקל דעטע וואס איז א פאקט וואס דו וועסט דארפן דיעלן אין טעראפי, אז א חודש נאך טראמפ'ס זיג, אין טראמפ לענדסלייט קאונטיס האבן טראמפסטערס און רייט ווינגערס זיך געשטעלט אין לאנגע שורות פאר שעות ארוכות צו גיין מיט די ארכי לינקע ימח שמם ביי א ראלי קעגן אים און זיין גאנצע גרופע מאגנאטן וואס האבן אים ערוועלט!! און פארוואס נישט?

דו כאפסט מיר רעדן דא פון ליטירלי הונדערטע מיליאנען נפשות...

(By the way איך פארקויף דיר נישט גארנישט, איך זאג דיר איבער די טריקענע פאקטן, דו מיינסט נאך אלס אז איך מאך אויף וואס טוט זיך און ס'איז מיר ווס. די אלמעכטיגער אדני דיינער... אזוי איז. איך פארצייל דיר נישט קיין אפיניענס יעצט, נאר פון ראליס איבערן גאנצן לאנד און ארום די וועלט.
אויב איז לעצטע מאל געווען א בלבול, איז דאס לעצטע מאל נישט געווען, קוק די קליפס, אין אלע 50 שטעט זאל מען מארשירן קעגן די קאמענדער אין טשיפ? נישט וואס איך געדענק. קויף עס יא קויף עס נישט לייק, די פאקט בלייבט פאקט אז מ'האט אים
זייער נישט ליב און ס'איז בושות. זיינע מענטשן. וואס מ'האט געוואוט און וואס מ'האט באקומען זענען 2 אנדערע בילדער. נישט יעדער איז אזוי פארגעשריטן ווי מיר וואס האט עס געקענט דערשמעקן פאראויס.

די פאקט בלייבט אז נערלי יעדע ריפובליקן טאנהאול האט זיך געענדיגט מיט "פארוואס איז טראמפ אזא משוגענער?" פארוואס האט ער אזוי פיינט מענטשן ווען דזשיזעס זאגט מ'זאל נישט" "פארוואס מאכט ער טעריפס..." פארוואס פייניגט ער אונזערע וועט'ס?" וכו' מ'האט נישט אויפגעהערט אפצורעדן....

דאס זאגט דיר וואס מידל אמעריקע האלט.)
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top