חסידים טרעטן אויף די תורה - עובדות וסיפורים

לאווילי

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 11, 2025
מעסעדזשעס
33
רעאקציע ראטע
91
פונקטן
18
איך וויל נישט אריינגיין אין הסברים, אז ס'זאל דא ווערן א השקפה שנירל. לאמיר בלויז ברענגען מעשיות איינע נאך די אנדערע, דערציילן העכערע מעשיות פון צדיקים און חסידים, זעהענדיג ווי אזוי מען האט בשאט נפש געטרעטן אויף גאנצע שטיקער שלחן-ערוך, הלכות און מעגליך גאר דאורייתא'ס. אויף תירוצים און השקפות, זאל מען ביטע עפענען א נייעם שנירל.

אט וועלן מיר אנהויבן מיט דעם רבי'ן ר' מענדעלע, וואס ער האט אויסגעפאסט מוצאי יו"כ אויף מעיד, בשעת עס איז נאך געווען עוד היום גדול. דער רבי ר' מענדעלע האט געזאגט, אז ער זעט אין הימל, אז מען האלט שוין דארט נאך נעילת שערים, דעריבער איז דאך שוין מוצאי יו"כ, קען מען דאך שוין עסן...

דאס אז מען האט לכתחילה געדאווענט נאך זמן תפילה, איז דאך א פשטות.

קארלינער חסידים פלעגן מאכן א שהחיינו אום כ"ב תמוז - בעצם ימי בין המצרים - צוליב דעם וואס עס איז די יארצייט פון ר' שלמה קאלרינער.

דאס אז מען האט געמאכט א חוכא וטלילא פון בין המצרים, איז דאך פשוט.

זיין תלמיד דער רבי ר' אשר מסטאלין פלעגט משמש זיין ר' שלמה קאלרינער אויף די עלטער, אין די יארן וואס ער האט זיך נישט געקענט אליין אן עצה געבן בביה"כ וכו'. ער איז געווען אזוי צוגעבינדן צו אים און אזוי ליב געהאט זיין רבי'ן אהבת נפש, ביז ער האט געזאגט דערויף, אז ער האט חרטה אז ער האט אים נישט אפגעווישט מיט זיין צונג.

רבותי, קומט אריין מיט נאך מעשיות...
 
די מעשה מיט רבי פון רימאנוב, קען מען מיישב אז עס איז גיוועהן פאר ד׳ מילין 90 מינוטן, ווי ער פלעגט מחמיר זיין און ער האט אויס גיפאסט ביי 72 מינוטן,
די שהחיינו אין די בין המצרים טעג האט מען גימאכט צוזאם מיט א סיום מסכת און א התחלת מסכת
די מעשה מיט רבי אשר מסטולין אז ער איז געבליבן אמאהל אליינס מיט א משרתת אויף דער עלטער, און די טיהר איז גיוועהן פארמאכט, האט ער ארויס גיטאנצט פון פענצטער, נישט צו זיין בייחוד מיט איהרה
אט מען עהם גיפרעגט, רבי, איהר זענט דאך שוין אלט , די משרתת איז בכלל נישט קיין בא׳טעמ׳טע, איז וואס דארף מען ארויס טאנצן פון א פענצטער, האט ער גיזאגט, דער יצר קען מיך אין איין רגע יונג מאכן, און אז די פרוי זאל ביי מיר שיין ווערן, עס זאל זיך מאכן א פאנטשער. יא, גם כי יזקין לא יסיר ממנה
 
די מעשה מיט רבי פון רימאנוב, קען מען מיישב אז עס איז גיוועהן פאר ד׳ מילין 90 מינוטן, ווי ער פלעגט מחמיר זיין און ער האט אויס גיפאסט ביי 72 מינוטן,
דו האסט א מקור אז ער פלעגט ווארטן אויף 90?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דו האסט א מקור אז ער פלעגט ווארטן אויף 90?
בכלל נישט קיין מקור , נאר בדרך אפשר צו פארענטפערן א מילתא דתמיהא,
דעס אז ער האט גיגעסן בעצם יום הכיפורים איז דאך לא ניתן להאמר, עס איז דאך א איסור כרת , מוז מען בעל כרחך זאגן עפעס א יישוב
אנדערע בשם די סאטמאר רבי, זאגן אז די מעשה איז א שקר , אבער די מעשה איז אהנגינומען אין א סאך חסידות׳ן, דארף עס א יישוב
 
image.webp
 
מיר דוכט זיך אז אויב איז דא איין מכנה משותף (קאממאן דענאמענעיטאר) צווישן אלע חסיד'ישע צווייגן, איז עס אט דאס, אז טריקענע הלכה איז נישט אן אבסעלוטע מחייב (ווי רב אשי און דער גר"א, למשל, האבן געהאלטן), פארשטייט זיך אז מ'טאר עס נישט זאגן אפן (מכל מיני סיבות), אבער דאס איז די צענטראלע, כאטש אומגעזאגטע, מעסעדזש.
 
עס איז מער דער ענין, פון כלל גדול, אז מנהג מבטל הלכה, דער מנהג, איז דער יסוד פון קיום הלכה, און דער מנהג האט די אויבערהאנט. כמה וכמה פסקים פון מור״ם רמ״א - איז, וכן נוהגין, והכי נהוג.
 
קארלינער חסידים פלעגן מאכן א שהחיינו אום כ"ב תמוז - בעצם ימי בין המצרים - צוליב דעם וואס עס איז די יארצייט פון ר' שלמה קאלרינער.

דאס אז מען האט געמאכט א חוכא וטלילא פון בין המצרים, איז דאך פשוט.
מ'פארציילט אז די תלמידים פון אפטער רב זענען געזעצן אין ביהמ''ד און געקלאגט אויפ'ן חורבן, און זיי זענען געווען אזוי דערביטערט אז זיי האבן מורא געהאט זיי וועלן אריינפאלן חלילה וחס אין עצבות ר''ל, האבן זיי געטראכט מ'זאל מאכן עפעס א שטיקל, פשוט זיך ארויסצודראפען פון די אומעטיגקייט, אומר ועושה, מ'האט געלייגט א ברעט נעבן טיר פון בית המדרש מיט שטריק צוגעבינדן פון ביידע זייטן, און די תלמידים זענען ארויף אויפ'ן אויבערשטן גאלערי, און זיי האבן געוואלט אז דער ערשטער מענטש וואס קומט אריין, זאל מען אים געבן א הייב אויף...

צו זייער מזל האט זיך די טיר געגעבן אן עפן און נישט קיין צווייטער ווי דער אפטער רב איז אריינגעקומען און זיי האבן געגעבן א הייב אויף דעם ברעט נאך איידער זיי האבן געכאפט און דער אפטער רב געבט א קוק ארויף מיט פחד וואס איז געשעהן דא? פארשטייט זיך אז די תלמידים, וויבאלד זיי האבן געזעהן פארוועמען זיי האבן עס געטון, זענען זיי געווארן מורא'דיג פארשטעמט, און זיי האבן ספאנטאן אראפגעלאזט דעם ברעט און זיי האבן זיך באהאלטן פאר בושה און נישט געוואלט אראפקומען פון גאלערי. דערנאך הערן זיי ווי דער אפטער רב געבט זיך א רוף אן: רבוש''ע קוק וויאזוי זיי מאכן ליצנות פון דיין תשעה באב! נעם עס אוועק פון זיי!...
 
די שהחיינו אין די בין המצרים טעג האט מען גימאכט צוזאם מיט א סיום מסכת און א התחלת מסכת
ניין,
כ'האב געהערט אז טאהש'ער רבי פלעגט דערציילן אז די קארלינער חסידים האבן געזאגט: אז פונקט ווי אינמיטן ספירה איז דא א ל''ג בעומר, וואס מ'מעג חתונה מאכן און מאכן א שהחיינו, די זעלבע זאך איז כ''ב תמוז אינמיטן בין המצרים. זיי האבן נאך געברענגט א ראי' אז אין אלע ספרים שטייט אז די דריי וואכן באשטייט פון 21 טעג און למעשה איז דא 22, אלא מאי, כ''ב תמוז איז נישט פון די דריי וואכן
 
לעצט רעדאגירט:
"עד שנראה לאנשים שעוד הוא יום" אויף אידיש מיינט, ס'האט זיך געדאכט אז סאיז נאך טאג - דהיינו נאך נישט אין גאנצן טונקל.
מדארף נישט מאכן קיין דוחק פשט ווער סקען ליינען פארשטייט פשוט.
 
עס איז מער דער ענין, פון כלל גדול, אז מנהג מבטל הלכה, דער מנהג, איז דער יסוד פון קיום הלכה, און דער מנהג האט די אויבערהאנט. כמה וכמה פסקים פון מור״ם רמ״א - איז, וכן נוהגין, והכי נהוג.
ווי קומט דא אריין מנהג? מען רעדו דאך פון איינפירן נייע הנהגות אָן קיין פריעדיגע מנהג.
 
אט וועלן מיר אנהויבן מיט דעם רבי'ן ר' מענדעלע, וואס ער האט אויסגעפאסט מוצאי יו"כ אויף מעיד, בשעת עס איז נאך געווען עוד היום גדול. דער רבי ר' מענדעלע האט געזאגט, אז ער זעט אין הימל, אז מען האלט שוין דארט נאך נעילת שערים, דעריבער איז דאך שוין מוצאי יו"כ, קען מען דאך שוין עסן...
דאס וואלט איך ענדערש געלייגט אינעם שנירל "אפענע מופתים פון לעצטיגע צדיקים"...
 
  • שמייכל
רעאקציעס: Yesh
Back
Top