חסידישער בעה"ב

איז אזוי.
עס פארשיקט זיך נישט קיין מענטשן סתם אזוי. בפרט אז יעדע אפיס דארף האבן עט ליעסט איין ארבעטער מיט א קאמפליט לעק אוו סאשל סקיללס וד''ל.
איך האב געברענגט איין דוגמא פון פעיפערווארק עס איז דא מיליאנען אנדערע זאכן וואס זי פלעגט אלס ארויסנעמען איר מען האט מיך יא אדער נישט געהייערט קארטל. צווישן אונז גערעדט, איז זי אויפ'ן ספעקטרום, און זי ווערט טאקע סטאק.
למעשה. מיר האבן געטוישט בילינג קאמפעניס און איין קאמפעני האט אינגאנצן אנדערע פעיפערווארק. זי האט זיך געעקשנט און סאבמיטטעד די אלטע סארט פעיפערווארק צו די נייע קאמפעני... און זיך גערעגט האו דעי דעיר עס נישט צו עקסעפטן מען האט דאך איר געהייערט...
למעשה. ווען אינשורענס דינייעד א קלעים גייט זי זיין רופען און אויפווייזן אז עס איז נישט ריכטיג... זי קען די געזעצן בעסער ווי אינשורענס... בפרט יונייטעד העלטקעיר... סאו דער סיבה פאר איר סוקסעס איז אויך דער סיבה פון די סטראגלס מיט איר. אבער למעשה. האט איר מאן, וועלכער האט זיך זיינע אישוס.. מיך שוין בארעדט פאר א האלבער שטאט אלס אן אביוזער.
זעט אויס ווי זי האט OCPD
בכלל עס איז זייער ענליך מיט asperger's, אזוי האב איך פארשטאנען פון ליינען איבער די נושאים
 
לעצט רעדאגירט:
זעט אויס ווי זי האט OCPD
בכלל עס איז זייער ענליך מיט asperger's, אזוי האב איך פארשטאנען פון ליינען איבער די נושאים
OCPD מיט אספערגערס האבן קיין שייכות נישט און יא, זי איז אויפ'ן ספעקטרום. אספערגערר'ס איז שוין נישט קיין דיאגנאז.
 
איך געיי פליפן די מעשה.
אין די קליניק וואו איך ארבעט, איז דא א סעקרעטארין גראד א געלונגענע פרוי. ווען מיר האבן איר געהייערט, איז די קאמפעני געווען קליין. די קאמפעני איז ב''ה געוואקסן, און דערמיט אירע אבליגעישאנס. יעדע נייע אבליגעישן איז געווען א פייט!
לדוגמא. אינשורענס האט געטוישט רעקווייערמענטס. מען האט פאר א ספעצעפישע בלינג געמוזט אריינשיקן מער פאפירן. זי האט זיך געקומען שרייען אז איז דזשאב איז געווען נאר די ערשטע סארט פאפירן, זי גייט נישט אריינשיקן די נייע סארט!
די האט געהאט טענות אויף איינער פון אונזערע מעדיקעל ביללינג קאמפעניס, מיר האבן אויפגעסעט א מיטינג, אויף אונזער צייט, ווי זיי זאל דורכרעדן אלע אירע ווייטאגן. ביים באשטימטע צייט, בום! זי קומט נישט! עס איז נישט אין איר דזשאב דעסקרטפשאן!
אן'אנדער פאל איז געווען ווען א וואך פאר פסח איז זי נישט אריינגעקומען ווייל איר דזשאב דעסקריפשאן האט נישט קלאר געזאגט אויך די וואך פאר פסח.
איך האב איר געבעטן צוליב געוויסע סיבות צו טוישן אפיסעס, מיר האבן צוויי, איז געקומען א מעלטדאון אז מען האט איר געהייערט פאר דעם אפיס!
עט וואן פוינט. האט מיין שותף איר געזאגט אז איר אלטע דזשאב מיט אלע דעסקריפשאנס איז געענדיגט! פון היינט און ווייטער, האט זי א נייע דזשאב, פאלגן! מיר אופן איר נישט עפטער האוערס, אלעס וואס מיר פארלאנגען פון איר איז פארבינדן דירעקט מיט אירע אריגינאלע אבליגעישאנס, זי פארשטייט נאכאלץ נישט אבער למשל פארוואס איך האב איר גערופן נאך זיבענע איר צו זאגן אז זי האט איבערגעלאזט איר פאקעטבוק אינעם אפיס... זי האט געמאכט קולות וברקים אויף מיר אז עס איז עפטער האוערס. ווען איך האב איר מסביר געווען די סיטואציע האט זי זיך בכלל נישט בארואיגט.
זי איז נישט געזונט.
 
Back
Top