מיין חבר בנצי

שטארקע מאַן

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2025
מעסעדזשעס
18
רעאקציע ראטע
116
פונקטן
23
מיין חבר בנצי איז היינט אויפגעשטאנען 7:30 אינדערפרי, געגאנגען דאווענען, 9 אזייגער געזעצן ביים ארבעט'ס טישל, און 5 אזייגער אהיים צו זיין משפחה.
אויך נעכטן האט ער אזוי געטון, אויך א האלב יאר צוריק. אזוי טוט ער א יעדן טאג.

מיין חבר בנצי איז נישט קיין יעקישע, נע, בכלל נישט, ער קען פּעניען, א טאג נאך א חתונה העט ער זיין שפעט, אבער א פשוטע טאג וועט ער פארן ווי א זייגער, די זעלבע צייט אויפשטיין, ארבעטן, חברותא, דף יומי, וואך נאכט, גיין שלאפן, וחוזר חלילה.
ער טוט שוין די זעלבע ארבעט פאר 7 יאר, ער איז רואיג, פרייליך, צופרידן.
אין ישיבה איז ער שוין געווען אזוי, פשוט, קיינמאל קיין דראמא.

איך בין אבער אנדערש.

היינט בין איך אויפגעשטאנען 9 אזייגער.
נעכטן 6 אזייגער.
לעצטע וואָך 6:30 יעדן איינציגן טאג, א חודש צוריק ערגעץ וואו צווישן 6 און 11.
בנוגע מיין דזשאב, כ'בין רעלעטיוו יונג, כ'האלט שוין ביי מיין פערדע דזשאב, און ס'קיינמאל געווען וישלח, ס'אלעמאל געווען ויצא... און אלעמאל מיט דראמא....
אפילו מיין קאָרענט דזשאב, וואס איך האלט שוין אגב אן איבער 3 יאר, קומט אויך מיט כסדר'דיגע טוישונגען אין פאזיציע. און ס'נישט די טיפיקיל דזשאב....

מיין חתונה געהאטע לעבן איז פיל מיט דראמא...

און אזוי ווייטער...

מ'קען עס אנרופן א drama queen, אבער זיך ארומקוקענדיג מער זע איך אז ס'דא אזוינע און ס'דא אנדערע.
ס'דא וואס דארטן ווי זיי האבן געלאנדעט דארטן בלייבן זיי, און יש וואס האבן כסדר עליות און ירידות, קיינמאל קיין סטאנציע, אלעמאל on the go, פון דזשאב צו הילינג צו פילאזאפיע, א.א.וו.

בנצי, אסאך מאל בין איך דיר מקנא...
 
איך קען פארשטיין די הנאה פון predictability
(ס׳קען פילן מער safe, און ווי אלעס איז under control)
און לויט ווי דו שרייבסט קוקט אויס ווי בנצי׳ס לעבן גייט על מי מנוחות
אבער אמת גערעדט: what’s the point פון לעבן יעדן טאג די זעלבע זאך on repeat?
Life is an adventure
אויב איך באקום יעצט די אפציע איבערצולעבן מיין גאנצע יוגנט (וואס האט געהאט אסך גוטע צייטן) וואלט איך געשטארבן פאר boredom- וואס האב איך ניי געלערנט מיט׳ן איבערקייען די זעלבע זאך?

איי געס, מיין שאלה איז, פארוואס זאל איך וועלן זיין ווי א ראבאט, וואס גייט סתם דורך די motions- בשעת ס׳איז אזויפיל מער אינטערעסאנט צו זיין אן ever evolving human being ?
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין ווי בנצי.

סנישט אז די לעבן פאר על מי מנוחות.

סאיז א טייפ וואס זיכט נישט איבריגע קאפ וויי.
סא ווען די בעל הבית שרייט אדער די ווייב האקט אין קאפ, כאפט מען א טיפן אטעם און מען גייט ווייטער.

אפילו אויס דארף מען טוישן דשאבס איז עס מיט די ווייניגסטע נויז, אבער מען קומט אן צו א מצב פון טוישן דשאבס.

סא די לעבן אז בכלל נישט קיין ראבאט אבער רוהיג. נאר עס איז ווייניגער ריעקטשען די געשעענישן.
 
איך בין ווי בנצי.

סנישט אז די לעבן פאר על מי מנוחות.

סאיז א טייפ וואס זיכט נישט איבריגע קאפ וויי.
סא ווען די בעל הבית שרייט אדער די ווייב האקט אין קאפ, כאפט מען א טיפן אטעם און מען גייט ווייטער.

אפילו אויס דארף מען טוישן דשאבס איז עס מיט די ווייניגסטע נויז, אבער מען קומט אן צו א מצב פון טוישן דשאבס.

סא די לעבן אז בכלל נישט קיין ראבאט אבער רוהיג. נאר עס איז ווייניגער ריעקטשען די געשעענישן.
איך הער
און בין גרדא דשזעליס

אבער מ'דארף עס קענען....
 
Back
Top