מיין חבר בנצי

שטארקע מאַן

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2025
מעסעדזשעס
16
רעאקציע ראטע
89
פונקטן
13
מיין חבר בנצי איז היינט אויפגעשטאנען 7:30 אינדערפרי, געגאנגען דאווענען, 9 אזייגער געזעצן ביים ארבעט'ס טישל, און 5 אזייגער אהיים צו זיין משפחה.
אויך נעכטן האט ער אזוי געטון, אויך א האלב יאר צוריק. אזוי טוט ער א יעדן טאג.

מיין חבר בנצי איז נישט קיין יעקישע, נע, בכלל נישט, ער קען פּעניען, א טאג נאך א חתונה העט ער זיין שפעט, אבער א פשוטע טאג וועט ער פארן ווי א זייגער, די זעלבע צייט אויפשטיין, ארבעטן, חברותא, דף יומי, וואך נאכט, גיין שלאפן, וחוזר חלילה.
ער טוט שוין די זעלבע ארבעט פאר 7 יאר, ער איז רואיג, פרייליך, צופרידן.
אין ישיבה איז ער שוין געווען אזוי, פשוט, קיינמאל קיין דראמא.

איך בין אבער אנדערש.

היינט בין איך אויפגעשטאנען 9 אזייגער.
נעכטן 6 אזייגער.
לעצטע וואָך 6:30 יעדן איינציגן טאג, א חודש צוריק ערגעץ וואו צווישן 6 און 11.
בנוגע מיין דזשאב, כ'בין רעלעטיוו יונג, כ'האלט שוין ביי מיין פערדע דזשאב, און ס'קיינמאל געווען וישלח, ס'אלעמאל געווען ויצא... און אלעמאל מיט דראמא....
אפילו מיין קאָרענט דזשאב, וואס איך האלט שוין אגב אן איבער 3 יאר, קומט אויך מיט כסדר'דיגע טוישונגען אין פאזיציע. און ס'נישט די טיפיקיל דזשאב....

מיין חתונה געהאטע לעבן איז פיל מיט דראמא...

און אזוי ווייטער...

מ'קען עס אנרופן א drama queen, אבער זיך ארומקוקענדיג מער זע איך אז ס'דא אזוינע און ס'דא אנדערע.
ס'דא וואס דארטן ווי זיי האבן געלאנדעט דארטן בלייבן זיי, און יש וואס האבן כסדר עליות און ירידות, קיינמאל קיין סטאנציע, אלעמאל on the go, פון דזשאב צו הילינג צו פילאזאפיע, א.א.וו.

בנצי, אסאך מאל בין איך דיר מקנא...
 
Back
Top