חסידישע וועש

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
1,525
רעאקציע ראטע
5,301
פונקטן
943
@אפענער האט זיך אריין געכאפט און איך קען איהן נישט נאך יאגן ווי האט ער אזוי פיהל וואס צו זאגן צו לייגן ענטפערן אפפרעגן. עס איז מיר נישט מעגליך נאך צו יאגן. אבער, קנאת סופרים תרבה חכמה, האב איך נישט קיין ברירה איך בין מקנה די אויבן אן, דארף איך פירקעלן. אבער, איך האב נישט וואס צו פירקלען. איך האב לעצטענס נישט קיין סאך נייע חומר געזעהן, אדער שטודירט.

ווי אויך לעצטענס זעהט אויס אז מיינע פאציענטן ליינען מיינע שנירלעך אויף ש"ב, זיי וויסן שוין מער ווייניגער וואס איך גיי זאגן, קומען זיי שויו נישט. האבעך נישט קיין פרישע ש"ב שנירלעך, ע"כ נעם איך די צייט און די פעדער (עטי, ואיתי, יא, אזוי וואלט א גוטער חברהמאנישע לשה"ק שרייבער געשריבן. ניין?) וועל איך גיין צו א אינטערסאנטער נושא וואס די משפחה מאגעזין אין ענגליש האט די וואך געדריקט, וואס איז מיר געווען אינטערסאנט. אגב, יארן צוריק האב איך געטוהן עטוואס אין די נושא. אבער, קיין געהעריגע רעלעוואנטע אינפארמאציע האבעך דאן נישט אזוי געפונען. דאס איז די חסידישע לבוש וואס מיר חסידישע אידן אין אלגעמיין גייען אנגעטוהן. שטריימל בעקיטשע ווייסע העמעדער וכו'

אבער איך וויל פון דען נישט רעדן, דאס לאז איך איבער פאר די מאגאזינען ווי א יעדער קען ליינען דאס זייניגע. עס איז דא אסאך חומר דעראויף אויסער ווי אינעם קרעמעל. איך וויל זיך דוקא שטעלן אויף די לבוש וואס קיינער וועט נישט עולה זיין על הכתב, "ופקדת נוך". אבער דא קרעמעל איז דאך אלעס מסורה איז עס אויך א חלק פון ופקדת נוך דאן איז דא די ריכטיגע פלאץ.

יא און איר אלע דא ווייסט שוין וואס איך מיין, די ר"ת גאטשעס וואס די חסידישע אידן האבן מחליט געווען אז דאס איז א מאסט, קדושה, און אן אנדערע סארט גאטשעס זענט איר ח"ו עובר אויף ??????? איך ווייס נישט.

פון ווי, פארוואס, עס איז 100 דעגרי אינדער-אויסען נישט גענוג וואס די לאנגע (ח"ו טראגן קורצע ווי דער מאדרן ארטאדאקס) הויזען קלעבן צום לייב עס שוויצט דארף איך נאך אונטער דעם טראגן נאך א לאנג ווייסע הויז וואס וועט ווערן אזוי מין געיל פון שוויץ, אז אין די מקוה וועל איך נאך נחשד ווערן אז עס איז געווארן באפ... מאי האי פון ווי קומט דאס וואס איז דער מקור, פארוואס איז דאס אזוי.

וואונדער איבער וואונדער, עס קומט צו אן הונטער העמד, מאן דכר שמיה זאל דער העמד זעלבסט אריין נעמען די שוויץ גראד אן קיין שום אינטערוואצי, איי עס זעהט דאך אויס שרעקליך איך רעדט שוין נישט פונעם כבוד הבריות גרוך, את"ל, ער גוט זיך יא אכטונג, וואס איז די עיקול אויפן הונטער העמד. פארוואס דארף די ציצית זיין דער צווייטער בגד ?

וואס גייט דא פאר, ווייסט איינער ?

איך האלט עס אינמיטן דערגיין וועלן מיר צוריק קומען דערצו ווען איך וועל וויסן אויפדערוויל לאמיר הערן וואס חכמי הקרעמל והפארשערס זאגן.
 
לעצט רעדאגירט:
ביסט אזוי גערעכט. אבער היינט זעהט מען שוין אסאך מיר אינגעלייט אנטון די קורצע ״קניט״ סחורה. אין אפילו די קאלירטע קורצע. ווי אויך אסאך גייען מיט די באקסערס פון Calvin Klein or jockey .אמאל האט מען געזעהן די אלטע אידן מיט די גאטיעס וואס האט א דינע בענדל אין מאכט פאר עט א מאשני אזוי ווי די מנחה/מעריב גארטלעך.

איך גלייב זייער אסאך אינגעלייט גייען שוין היינט די קורצע ״בריעפס״ נאר זיי גייען נישט אין מקוה. דער פאר וועם די זעהסט געווענליך אין מקוה גייען די לאנגע ווייסע גאטיעס

ווי אויך איז עס סתם נישט פראקטיש. קודם זעהט זיך די שמיץ גראד אן אין זיי זעהן אויס ווי אין די שבעה נקיים

אין דערנאך עס איז געווענליך זייער גרויס אין ווען משטעלט זיך אויף שלעפט מען די הויזן אויף ארויס. בא סאיז נישט מענטשליך אין באטאמפט
 
ער האט נאך א ארטיקל וואו ער גייט אריין אין מער דיטעיל'ס, אריינגערעכנט אונטערוועש וכדו'. כ'דארף עס אויפזוכן.
אדרבה אויב קענסטו מיר ציטירן דעם לינק וואלט איך עס זייער אפרישיעיטעד
 
די אלע זענען איבער וועש. (ער האט נאך אסאך ארטיקלען איבער אלץ און אלעמען, גראדע גאנץ אינטערעסאנט)
דוקא נישט פון דעם האבן מיר גערעדט. דער שרייבער שרייבט נישט קיין סובסטענץ און מקורות. א יעדע זאך האט זיין מקור. אבער די מקור פון אונטער וועש האב איך נאך נישט געפונען.
 
דוקא נישט פון דעם האבן מיר גערעדט. דער שרייבער שרייבט נישט קיין סובסטענץ און מקורות. א יעדע זאך האט זיין מקור. אבער די מקור פון אונטער וועש האב איך נאך נישט געפונען.
גוט, איז אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט צו פארדרייען.
 
גוט, איז אנטשולדיגט. כ'האב נישט געמיינט צו פארדרייען.
בכלל נישט פארדרייט. זייער צו דער זאך ציטירט. נאר נישט דאס איז געווען מיין כונה. און דוקא איז עס איטערסאנט אבער נישט סובסטענס. ישר כח נאכאמאל.
 
אבער, קנאת סופרים תרבה חכמה, האב איך נישט קיין ברירה איך בין מקנה די אויבן אן, דארף איך פירקעלן.
וואס קנאה קען נאר צו ברענגען...
עטי, ואיתי, יא, אזוי וואלט א גוטער חברהמאנישע לשה"ק שרייבער געשריבן. ניין?
זיצטעך ביי דיר אין קאנטרי אויפן פארטש, דיין ווייב זיצט ביים סירקל, און דרייעסטעך ווי א לויזע האן... מאכסטעך שיגע ביזי...עניוועיס שקויעך פאר די שיינע ארטיקל

לענייננו, קענסטע שרייבן אזוי
אם כי עטי אתי, הרי עתי אין אתי, אך במעטי הזמן אכרוך אמרי כאורח ממהר, לבל יחלוף הכבוד ויאבד עם הרוח...
בעצם צו זאגן, כהאניש קיין צייט, אבער מיין עגא איז צו הויעך, מילא מוזעך מאכן צייט
 
Back
Top