חסידישע וועש

בייגעלייגטע פיילס

  • images.webp
    images.webp
    6.2 KB · געזען: 62
שמעתי אז דער רבי ר' הערשעלע קרעטשנופער זצוק"ל פלעגט מייעץ זיין, אז קינדער פון די עלעף יאר זאלן טראגן רבנו-תמ'ס, וויבאלד אין יענע עלטער קען זיך שוין מאכן הרגשים דורך דריקערייען וכו'... מצד הקדושה וכו'.
 
לייביש ביזט 100% גערעכט, די ווענט (VENT) סיסטעם ביי נונז איז שרעקליך..

ווען וועלט איז וועלט וואלט געווען א דרעס קאוד אין ניו יארק ווי יעדער דארף קאמפלייען מיט ענרדזשי..

ס'דארפט זיין א סיסטעם ווי אזוי פרישע לופט זאל אנקומען צי די באדי אין ווי אזוי שלעכטע לופט זאל ארויסגיין

אזוי ווי ס'דא רעגעלעישענס פאר בילדינגס..
 
איך בין נייגעריג וועגען לבוש ביי יונגלעך

ביז בר מצוה אינדערוואכען מיט א קאלירטעט העמד, און פון די בר מצוה און ווייטער גייט מען מיט א ווייסע העמד, הוט און רעקל, און מיט די טלית קטן אויפען העמד.

שבת (יום טוב) גייען יונגלעך מיט א ווייסע נעמד מיט וועסט/סוט וכדו

פון ווי קימט און וואס דארף צייגען די פרימע "add-ons", למשל וואלענע ציצית, לאנגע רעקל/בעקידשע, קאשקעטעל
די אלע וואס גייען אזוי שבת, פארוואס נישט אינטערוואכען, די מצוה פון ציצית איז אנדרעש שבת ווי אינטערוואכען?
פארוואס פון בר מצוה איז עס די וועג צי גיין מיט ציצית אויפען העמד אבער נישט ביפאר? די אנדערע חינוך זאכן טוט מען אויך ווייניגער ביפאר בר מצוה?
 
אויב ביסטי געגאנגען אלץ קינד מיט די פרימע "add-ons", ביטע קימט אין אישי, איך וויל כאפן א שמועס
 
קלויזענבורגער רב ז"ל האט אמאל געזען אן עד אין 'דער איד' איבער לאנגע חסידישע גאטשעס, האט ער ער זיך אנגערופן: די גאנצע יראת שמים לייגן זיי אריין אין די גאטשעס....
גראדע, ביי מיר האט מיין ווייב נישט געקענט סובל זיין די ר"ת גאטשעס און מיך פשוט געקויפט נארמאלע. ותשח"ח לה.
 
קלויזענבורגער רב ז"ל האט אמאל געזען אן עד אין 'דער איד' איבער לאנגע חסידישע גאטשעס, האט ער ער זיך אנגערופן: די גאנצע יראת שמים לייגן זיי אריין אין די גאטשעס....
סאו! פארוואס האט עהם געבאדערט די עד? א בידנע איד וויל מאכן פרנסה און עדווערטייזט לאנגע גאטיעס, ער זוכט קונים, לייגט ער א רעקלאמע,
וואס האט דאס מיט אריינלייגן יראת שמים אין די אונטערהויזן?
לויט ווי עס איז באקאנט, איז דער קלויזענבורגער רבי געגאנגען מיט די לאנגע.
עס איז דאך נישט ערגער ווי אן אנדערע סטייל וואס קומט למשל פון Calvin Klein אדער Hanes.

מסתם געזאגט א ווערטל, מען זאגט אויפן רבי פון לובלין, אז ער האט אמאהל געזעהן א איד אנגעטהון מיט א זאק אונטער די בגדים פאר סיגוף און כפרת עוונות, און די קנעפל פון אויבערמלבוש איז אפן כדי מען זאל באמערקן, האט ער זיך אויסגעדרוקט, דער שטן האט איהם אריינגענארט אין זאק..

ביי א גאטיע, ווייסט דאך נישט קיינער וואס מען טראגט אונטער די הויזן, סאו! וואס איז א נפקא מינה די סטייל, עס לאנג אז מען איז קאמפארטעבל!
 
סאו! פארוואס האט עהם געבאדערט די עד?
א בידנע איד וויל מאכן פרנסה און עדווערטייזט לאנגע גאטיעס, ער זוכט קונים, לייגט ער א רעקלאמע,
לאנגע ''חסידישע''
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
שמעתי אז דער רבי ר' הערשעלע קרעטשנופער זצוק"ל פלעגט מייעץ זיין, אז קינדער פון די עלעף יאר זאלן טראגן רבנו-תמ'ס, וויבאלד אין יענע עלטער קען זיך שוין מאכן הרגשים דורך דריקערייען וכו'... מצד הקדושה וכו'.
פאר דעם דארף מען ברייטע גאטשעס , נישט לאנגע
 
Back
Top