האט איר זיך שוין אמאל מגלה געווען פאר א צווייטען דא אין קרעמל?

האט איר זיך שוין אמאל מגלה געווען פאר א צווייטען דא אין קרעמל?

  • יא

  • ניין

  • נישט אין פלאן (ביטע שמועסט אויס וואס ס'האלט אייך צירוק)

  • איך ווארט פאר די רייט מאמענט (ביטע שמועסט אויס וואס ס'מיינט ביי אייך "רייט")


Results are only viewable after voting.
מיין אנדערע ניק האבן צוויי חבירים געוויסט ווער איך בין אנדעם וואס איך זאל איינעם זאגן, די אמת איז ווען איך האב געעפענט די נייע ניק איז געווען ווייטער אין פלאן צו שרייבן, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך בין פארנומען און איך האב נישט געוואלט אראפנעמען פון די צייט וואס איך בין מיט די ווייב און קינדער אדער פון פרנסה, דארך מען אראפנעמען פון די צייט וואס משרייבט אויף קרעמל.

אפשר ווען איך גיי האבן מער צייט און צוריק קומען געהעריג אויף קרעמל, גייט מען עפענען א שנירל ווי אזוי די לעבן איז אנגעגאנגען אן קרעמל, און פאר די אלע אידן אויף קרעמל וואס רעדן זיך איין אז די סיסטעם האלט ביים קראכן אט אט, האב איך נייעס אז עטץ לעבטס אין לאלא לענד, קום אריין אין שוהל מיט מיך, די סיסטעם גייט אן געהעריג אפילו די האסט קרעמל אויף דיין פאון…
 
און פאר די אלע אידן אויף קרעמל וואס רעדן זיך איין אז די סיסטעם האלט ביים קראכן אט אט, האב איך נייעס אז עטץ לעבטס אין לאלא לענד, קום אריין אין שוהל מיט מיך, די סיסטעם גייט אן געהעריג אפילו די האסט קרעמל אויף דיין פאון…
דערמאנט מיר פון די צייטן וואס כ'פלעג מיינען אז מענטשן טוישן און באסטן די סיסטעם... כאילו ס'איז דא א פייט...

כ'קוק צוריק פונעם דשונגל ווי כ'בין יעצט און איך זעה. די סיסטעם קראכט נישט - איך האב געקראכט פון זיין אינעם סיסטעם.

איך קען נישט לעבן דעם 'זיין ווי יעדער' געים, איך פריי זיך נאר אז איך בין אקאצעפטירט ביי מיינע נאנטע אפי' כ'בין אנדערש ווי 'יעדער'.

כ'לעב זיך פשוט. כ'האב זיך הנאה פון די גראז ביימער הימעל און ערד. אמאל פלאטשקע איך אריין אין קרעמל אביסל, אמאל א זאאם קאלל מיט א חבר, אמאל קלאץ איך אריין אינעם חלל אריין. אמאל טוה איך מיין עבודת הנשמה - מיין אמתער דשאב אהן פארשטיין מיט חשבונות נאר פשוט כ'טוה מיין דשאב. און אמאל פאל איך אריין אין ספיקות איך קוק זיך אהן ווי עפעס אומפארשטענדליך צו מיר אליין, כ'האב נישט קיין איינונג וואס און ווער איך בין. און ווי ס'נישט דא קיין וועג צו וויסן. עולה יורד, רצוא ושוב. אמאל א חלק פונעם אינסוף און אמאל א קליינטשיגער מענטש'לע פיהל מיט ענקזייעטי.

יעדער סעטללט מיט וועלכע לעוועל פון לעבן ער וויל האבן. אונז וועהלן זיך אויס סובקאנשעסלי וואס אונז זענען. איך דאווען אז כ'זאל נאכגיין מיין הארץ און מיין אמתער ווילן און נישט מיין שרעק.

דאס איז מיין אמת'ער מלחמה וועלכע חלק אין מיר זאל טראגן דעם כתר מלכות די קליינער עגא מיט זיין פעקל צער און שרעק, אדער וואס די נשמה אנערקענט אז די מלוכה איז אין וואס איז אונטער די עקזיסטענץ, אינעם פארהוילעניש, אונטער אונזער באוויסטזיניגקייט.

מיין ניצחון איז נישט אין קיין סיסטעם, ס'איז נישט מיין שונא אדער פראבלעם.
מיין ניצחון איז זיך אונטער געבן אלע חלקים צום רצון.
הלוואי זאל איך זוכה זיין 🙏
 
דשמתא מאן דאית ביה דשמתא מאן דלית ביה
מען דארף ביידע די סעלף קאנפידענס און די ביטול
צו די קאסמא אינסוף שניהם כאחד טובים מען איז מבקש דעם שביל הזהב די גאנצע צייט פון געפונען זיך דא העכער דער ערד אפשר קומט מען אהן .
בארך בורך בוראך
 
חברה, אונז זעמען אזוי פאק"ט א"פ, אז ס'איז נישט צום באגרייפן, אונז אלע שפירן זיך ווי א האן צווישן די בני אדם אין די חרדיש'ע סיסטעם, (למחצה ולשליש). צווישן מענטשן וואס זענען סטאק אין א טייני עקא טשעמבער, ווי די פאקט אז עשיו שונא ליעקב איז א געשוואוירענע פאקט, אבער עוועלאשען איז סתם א תשובה פאר די כופרים צו קענען מזנה זיין, אין א סיסטעם וואס וועליו"ד קאמפלייענס מיט'ן סיסטעם איבער זעלבסט פארפילונג און סעטיספעקטשאן, אבער אנשטאט זיך צוזאמנעמען כאיש אחד בלב אחד בעצה ובתחבולה צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי, קענען אונז ניטאמאל זיך מגלה זיין צווישן אחים לדעה און גיבן א פלייצע איינער פארן צווייטן...
 
לעצט רעדאגירט:
חברה, אונז זעמען אזוי פאק"ט א"פ, אז ס'איז נישט צום באגרייפן, אונז אלע שפירן זיך ווי א האן צווישן די בני אדם אין די חרדיש'ע סיסטעם, (למחצה ולשליש). צווישן מענטשן וואס זענען סטאק אין א טייני עקא טשעמבער, ווי די פאקט אז עשיו שונא ליעקב איז א געשוואוירענע פאקט, אבער עוועלאשען איז סתם תשובה פאר די כופרים צו קענען מזנה זיין, אין א סיסטעם וואס וועליו"ד קאמפלייענס מיט'ן סיסטעם איבער זעלבסט פארפילונג און סעטיספעקטשאן, אבער אנשטאט זיך צוזאמנעמען כאיש אחד בלב אחד בעצה ובתחבולה בהזמה אחת צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי, קענען אונז ניטאמאל זיך מגלה זיין צווישן אחים לדעה און גיבן א פלייצע איינער פארן צווייטן...
פארשטייסט אז דו ביסט אויך צווישן די...
איז אנשטאט רעדן, הייב אן טין!
 
חברה, אונז זעמען אזוי פאק"ט א"פ, אז ס'איז נישט צום באגרייפן, אונז אלע שפירן זיך ווי א האן צווישן די בני אדם אין די חרדיש'ע סיסטעם, (למחצה ולשליש). צווישן מענטשן וואס זענען סטאק אין א טייני עקא טשעמבער, ווי די פאקט אז עשיו שונא ליעקב איז א געשוואוירענע פאקט, אבער עוועלאשען איז סתם תשובה פאר די כופרים צו קענען מזנה זיין, אין א סיסטעם וואס וועליו"ד קאמפלייענס מיט'ן סיסטעם איבער זעלבסט פארפילונג און סעטיספעקטשאן, אבער אנשטאט זיך צוזאמנעמען כאיש אחד בלב אחד בעצה ובתחבולה בהזמה אחת צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי, קענען אונז ניטאמאל זיך מגלה זיין צווישן אחים לדעה און גיבן א פלייצע איינער פארן צווייטן...
שרייבסט ״בהזמה״ נישט קלאהר וואס דאס מיינט
איך נעם אז עס איז נישט קיין טייפאה פון ׳בזימה׳
ווייל עס פאסט נישט פאר אן איידעלער ייד, אלוהיהם של אלו שונא זימה , וועלן מיר זאגען אז עס דארף זין ׳במזימה׳ וואס מיינט טראכטען קרום , דאס קען מען שוין פארליידען , ווער טראכט דען גראד?,דער
מענטש זוכט אלץ וואס איז אואט אף די באקס, וואס
ברענגט עקסייטמענט און אנטיסיפעישענס אויף א נייע פיעלינג , וישן מפני חדש תוציאו , די מחשבות
און פאנטאזיע שאפען ערוועקןנגען, צו דערגרייכן צו
אומריאליסטישע סעטיפעקשענס, פון כל מיני תענוגי
עולם ומחמודיו, אין פראקטישקייט איז פול מאהל בעסער אז עס בלייבט א פאנטאזיע , און צומאהל טהוט מען א אקט,( אן עבירה) אויך וואס איז יוצא מגדר וואס איז עקסעפטעט , -כי אין צדיק בארץ- מיט דעם אינאיינעם איז לפי השערה, די קוקערס און שרייבערס דא, האלטען זיך בגלוי צו דעם היימישען
סיסטעם על פי רוב, און מען דארף די כיסוי פאר חיזוק און קאמעניענשאפט צו דעם -עמו אנכי בצרה-
יעדער דא האט א יצר, וואס בושעוועט אין איהם,און
ער זוכט זיך אויסצוגעבן בכתב , אדער הערן פון אנדערע,ווי אזוי מען ספראוועט זיך, מיט די כל גוים
סבבוני, און מיט יצר לב האדם מנעוריו , און דאס ווערט געלינדערט מיט די שמועסן דא,ווי עס איז נישט שולט דער היימישער פארפרומטער צענזור,
מען קען ארויס ברענגען וואס מען טראכט פרילי,
אויף אן אופן פון כפיו כן לבו.
 
Back
Top