האט איר זיך שוין אמאל מגלה געווען פאר א צווייטען דא אין קרעמל?

האט איר זיך שוין אמאל מגלה געווען פאר א צווייטען דא אין קרעמל?

  • יא

  • ניין

  • נישט אין פלאן (ביטע שמועסט אויס וואס ס'האלט אייך צירוק)

  • איך ווארט פאר די רייט מאמענט (ביטע שמועסט אויס וואס ס'מיינט ביי אייך "רייט")


Results are only viewable after voting.
מיין אנדערע ניק האבן צוויי חבירים געוויסט ווער איך בין אנדעם וואס איך זאל איינעם זאגן, די אמת איז ווען איך האב געעפענט די נייע ניק איז געווען ווייטער אין פלאן צו שרייבן, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך בין פארנומען און איך האב נישט געוואלט אראפנעמען פון די צייט וואס איך בין מיט די ווייב און קינדער אדער פון פרנסה, דארך מען אראפנעמען פון די צייט וואס משרייבט אויף קרעמל.

אפשר ווען איך גיי האבן מער צייט און צוריק קומען געהעריג אויף קרעמל, גייט מען עפענען א שנירל ווי אזוי די לעבן איז אנגעגאנגען אן קרעמל, און פאר די אלע אידן אויף קרעמל וואס רעדן זיך איין אז די סיסטעם האלט ביים קראכן אט אט, האב איך נייעס אז עטץ לעבטס אין לאלא לענד, קום אריין אין שוהל מיט מיך, די סיסטעם גייט אן געהעריג אפילו די האסט קרעמל אויף דיין פאון…
 
און פאר די אלע אידן אויף קרעמל וואס רעדן זיך איין אז די סיסטעם האלט ביים קראכן אט אט, האב איך נייעס אז עטץ לעבטס אין לאלא לענד, קום אריין אין שוהל מיט מיך, די סיסטעם גייט אן געהעריג אפילו די האסט קרעמל אויף דיין פאון…
דערמאנט מיר פון די צייטן וואס כ'פלעג מיינען אז מענטשן טוישן און באסטן די סיסטעם... כאילו ס'איז דא א פייט...

כ'קוק צוריק פונעם דשונגל ווי כ'בין יעצט און איך זעה. די סיסטעם קראכט נישט - איך האב געקראכט פון זיין אינעם סיסטעם.

איך קען נישט לעבן דעם 'זיין ווי יעדער' געים, איך פריי זיך נאר אז איך בין אקאצעפטירט ביי מיינע נאנטע אפי' כ'בין אנדערש ווי 'יעדער'.

כ'לעב זיך פשוט. כ'האב זיך הנאה פון די גראז ביימער הימעל און ערד. אמאל פלאטשקע איך אריין אין קרעמל אביסל, אמאל א זאאם קאלל מיט א חבר, אמאל קלאץ איך אריין אינעם חלל אריין. אמאל טוה איך מיין עבודת הנשמה - מיין אמתער דשאב אהן פארשטיין מיט חשבונות נאר פשוט כ'טוה מיין דשאב. און אמאל פאל איך אריין אין ספיקות איך קוק זיך אהן ווי עפעס אומפארשטענדליך צו מיר אליין, כ'האב נישט קיין איינונג וואס און ווער איך בין. און ווי ס'נישט דא קיין וועג צו וויסן. עולה יורד, רצוא ושוב. אמאל א חלק פונעם אינסוף און אמאל א קליינטשיגער מענטש'לע פיהל מיט ענקזייעטי.

יעדער סעטללט מיט וועלכע לעוועל פון לעבן ער וויל האבן. אונז וועהלן זיך אויס סובקאנשעסלי וואס אונז זענען. איך דאווען אז כ'זאל נאכגיין מיין הארץ און מיין אמתער ווילן און נישט מיין שרעק.

דאס איז מיין אמת'ער מלחמה וועלכע חלק אין מיר זאל טראגן דעם כתר מלכות די קליינער עגא מיט זיין פעקל צער און שרעק, אדער וואס די נשמה אנערקענט אז די מלוכה איז אין וואס איז אונטער די עקזיסטענץ, אינעם פארהוילעניש, אונטער אונזער באוויסטזיניגקייט.

מיין ניצחון איז נישט אין קיין סיסטעם, ס'איז נישט מיין שונא אדער פראבלעם.
מיין ניצחון איז זיך אונטער געבן אלע חלקים צום רצון.
הלוואי זאל איך זוכה זיין 🙏
 
Back
Top