חתן כלה בילדער

עס זעט אויס צו זיין אין ישראל נישט קיין חידוש
 
זייער פשוט. א מיידל איז סאך שענער ווי א פארהייראטע. און ווען איז א מיידל די שענסטע? אויף די חתן כלה פיקטשערס
טעם וריח אין להיתוכח
וואס עפעס איך גיי קרעזי פאר א פארהייראטע.
די פיקטשערס גלייך איך ווייל דעמאלט זענען זיי שיין באפוצט
 
איך בין נישט דער מענטש וואס איז בדרך כלל מוחה. אבער לעניית דעתי דארף דער קאפל מחליט זיין וואס זיי ווילן. דאס ארבייט נישט צוזאמען. די קאמיונעטי, נישט אין ארץ ישראל און נישט און חוץ לארץ, איז נישט רעדי צו עמברעסן אזא קאפל. א קאפל דארף טראכן אויף פאראויס אויכט הן לגבי זיי און הן לגבי די קינדער.
איך מיין ס׳גייט פארקערט:
די קאמיוניטי מאכערס דארפן זיך גוט בארעכענען אויב זיי ווילן פארזעצן זייער אלטע וועגן פון פרובירן קאנטראלירן יעדן׳ס לעבן און עס אריינקוועטשן אין זייער פּיצעלע בּאקס פון וואס זיי גלייבן מ׳מעג צולאזן און וואס איז שוין ״צופיל״ פאר זייערע שוואכע נערוון
די יונגע דור האט אסך מער דרייסטקייט און וועלן זיך נישט אונטערטעניגן ווי מיר פלעגן טון

קען מען אדער האקן קאפ אין וואנט אריין און
keep doing what doesn’t work anymore
hoping for different results
אדער קען מען זיך בארעכענען און מאכן א חשבון הנפש וואס אידישקייט איז באמת אין מקור.

*אז דו ליינסט פון אמאליגע גדולי תורה ווי ר׳ יצחק אלחנן ספעקטאר, דער חזון איש, און גרויסע זיילן פון אידישקייט וועסטו זעהן גאר אן אנדערע צוגאנג: זיי האבן קיינמאל נישט פרובירט צו קאנטראלירן. זיי זענען געווען ריכטיגע וועגווייזער וויאזוי מיר קענען איינפלאנצן אהבה פאר אידישקייט
 

בייגעלייגטע פיילס

  • E922CD19-1C74-4BB1-957B-496D2847B50D.jpeg
    E922CD19-1C74-4BB1-957B-496D2847B50D.jpeg
    190.1 KB · געזען: 53
*אז דו ליינסט פון אמאליגע גדולי תורה ווי ר׳ יצחק אלחנן ספעקטאר, דער חזון איש, און גרויסע זיילן פון אידישקייט וועסטו זעהן גאר אן אנדערע צוגאנג: זיי האבן קיינמאל נישט פרובירט צו קאנטראלירן. זיי זענען געווען ריכטיגע וועגווייזער וויאזוי מיר קענען איינפלאנצן אהבה פאר אידישקייט
ריכטיג אבער איך ווייס נאר וואס דו מיינסט ביים חזון איש נישט ביי ר' יצחק אלחנן איך האב נאך נישט געליינט איבער אים.

דער חזון איש האט יעדעם אויפגענומען גענפערט יעדעם בכבוד, מיט קורצע הויזן און קורצע ארבל, אא"ו און פון זיי געמאכט א בני ברק.

פעסט פארווארד דער חזון איש האט געבויט א שטאט וואס איז היינט א גרויסע באקס. און אפילו גרויסע תלמידי חכמים וואס גייען נישט 100 און שפאן ווערען אראפ גערוסען אזוי ווי די נידריגסטע מענטש.

יעצט ווען דער חזון איש איז געווען, איז נישט געווען א באקס, און כדי צו מאכען בני תורה האט ער געמוזט גיין און זיין וועג, און מיט דעם האט ער אויפגעבויט די באקס, און היינט קען מען שוין קאנטרעלירען. אזוי ווי די מנהג איז און בני ברק ביי זיינע תלמידים און ארומיגע.

איך מיין אז איך האב א טעות, אבער ווער האט למעשה געמאכט די באקס און בני ברק, פאנוויטשע רב?
 
בטח בה לב בעלה...

אן אריגענעלער אמערידיש, ניו עידזש חסידיש, פענאמענען, פאר די היסטאריע ביכער צו דיסקוסירן.

(מערקט די דינע פיאות אונטערן אויער, א סטעמפל אז "איך בין נישט געבוירן אזוי, אבער איך בין העפי מיט מיין טשויס".)

1000358501.jpg
 
טאקע אויף דעם האבן אונזערע רבי'ס געוויינט, אויב האר איז אזוי שיין (אז דו לאזסט אזא לאנגע טשופ), פארוואס שניידסטו דיינע פיאות?
און אויב איז האר נישט שיין (ווייל דו שניידסט דיינע פיאות), פארוואס לאזטו דען איבער אזא לאנגע טשופ?!
 
Back
Top