היינטיגע כלות געבן זיך אן עצה ב"ה

פשטות המקרא אז די האר צודעקן איז געקומען פון א יראה awe בלע"ז דהיינו א יראה פון ריספעקט דוגמת יראת הרוממות, אזוי ווי ביים אריין גיין למקום קדוש

לגבי צו אליעזר איז געווען א שליח לקידושין טוט זיך שוין

אפילו על צד אז זי איז געוועהן מקודשת איז זי לכאורה נאכנישט מחיוב בכיסוי ביז זי ווערט א נשואה, וואס דאס איז חופה אדער ביאה
ס'איז מיר טאקע א חידוש ווי האט זיך אנגעהויבן אז ביי רוב חרדישע איז מען מקפיד אויף כיסוי גלייך נאך די חופה [יש נוהגין אפילו לפני החופה]
כ' הפוסקים בהדיא שגם ארוסה מחוייבת לכסות שערה
 
איך האב הנאה צו זעהן אז די יונגע דור לאזט זיך נישט פירן ביי די נאז (נישט אזויווי אין אונזער דור וואס ווען מ'האט אונז געהייסן שפרינג האבן מען נישט געפרעגט קיין שאלות חוץ: ווי הויך?)

די יונגע כלה האט באקומען א מתנה פון די מחותנים, צוויי טורבאן'ס מיט א בריוועלע:
(די גראם איז אויף ענגליש, איך זעץ עס דא איבער בערך, און דו קענסט אויך זעהן דא אונטן די מתנה ווי אויך איר ענטפער)

טייערע אסתי, מ'קען אסאך זאגן,
פאר א כלה מיט אזויפיל בהירות און קלארקייט אין "קאפ"

יעצט ווען די ווינטן בלאזן אין יעדע ריכטונג
און יעדער שטרעבט אויסצוזעהן גוט און האבן אן אויסקוק פון פערפעקשאן
טוען געוויסע כלות פרובירן זיך ארויסצודרייען
דורכ'ן עקספערימענטן מיט די "כיסוי ראש" look

אבער לאמיר עס מאכן זייער קלאר,
נאר א טורבאן איז די ריכטיגע וועג צוצודעקן די האר,
עס ווייזט אויף א צנועה און דער וואס טראגט עס איז מעטשור (mature)
לאזנדיג וויסן איבעראל אז דו ביזט שטאלץ מיט דיין מסורה ביז גאר

מיר האבן אויסגעקליבן פאר דיר צוויי קאלירן וואס דער חתן האט די בעסטע ליב
מיר קענען דיר געטרויען אז די איבריגע וועסטו אליין אויסקלויבן
אין קעיס אויב דו ווייסט נישט וויאזוי דאס ארבעט,
די "קניפ" דארף זיין אויפ'ן זעלבן פלאץ אינמיטן קאפ ווי דער נאז

מיר דאנקען דיר פון פאראויס פאר דיין קאאפעראציע
אויף דעם און אלע אנדערע זאכן
מיר זענען איבערגענומען מיט הכרת הטוב

גוט שבת, כל טוב,
די מחותנים
נישט געוואוסט אז מען מעג אפי׳ האבן האר צוצודעקן... איך האב געזען א ספר וואס רעדט איבער כיסוי הראש און דערמאנט אפי׳ נישט בטעות שערות..
 
נישט געוואוסט אז מען מעג אפי׳ האבן האר צוצודעקן... איך האב געזען א ספר וואס רעדט איבער כיסוי הראש און דערמאנט אפי׳ נישט בטעות שערות..
טעקניקלי אויב איז נישט דא קיין האר פעלט נישט אויס קיין כיסוי :D
 
טעקניקלי אויב איז נישט דא קיין האר פעלט נישט אויס קיין כיסוי :D
איך האב דאס געזאגט פאר מיין ווייב א לייפטיים עגאו... זי האט מיך געוואלט 12 שורות׳ן. ב”ה היינטיגע צייטן...
 
מיין שוויגער זז”ג, א בת גבורות, זאגט אז זי געדענקט נאך ווען די רבנים האבן געהאקט אויף טורבאנען...

כבר יצאה הפסק מבית מדרשינו הנודע לשם ולתהילה 'קרעמל'. שחובה מונחת על מי שיש בידו, לאסוף כל החתימות האיסורין והקונמות שהניחו ראשי עם קודש, על עם בני ישראל, במשך השנים הרבות בגלות המר, ולא עלה בידם.
כדי שידעו שדרך אבותינו בידנו, ומינה לא נזוע.
הק' כספי

כ'מיין עס ערנסט, מ'דארף צאמנעמען א קאלעקשאן, מיט אלע איסורים פון רבנים.
די הייליגע ארג. 'הבדלה' האט שוין אנגעפאנגען מיט די וויכטיגע ארבעט, ווען זיי האבן צאמגענומען אלע איסורים אויף 'ווידעא'...
 
זי זאגט נישט אז עס זענען געווען ק”ק, זי זאגט נאר אז רבנים האבן מעורר געווען.
 
מיט א טיכל. מען האט דאס צוגעבונדן פון פארנט, און געלאזט אראהענגען פון אונטען.
ציגעבינדען פון אונטען, און עס האט געהאט צוויי עקען וואס האבען אראפ געהאנגען, עס האט אויסגעקוקט ווי א בענדענע רח"ל.
 
ציגעבינדען פון אונטען, און עס האט געהאט צוויי עקען וואס האבען אראפ געהאנגען, עס האט אויסגעקוקט ווי א בענדענע רח"ל.
ס׳אי נאך דא וואס גייען אזוי היינט צוטאגס?
 
ציגעבינדען פון אונטען, און עס האט געהאט צוויי עקען וואס האבען אראפ געהאנגען, עס האט אויסגעקוקט ווי א בענדענע רח"ל.
סהאט געהאט א ספאנדז אזוי ווי א שאלדער פעד
 
טשאלמער'ס איז דא אסאך.

אבער בעפאר די ספאנזש טיכל איז מען געגאנגען געהעריג א געבינדנע טיכל אויף אראפ, און עס איז דא אסאך וואס גייען אזוי היינט.
ווי גייט מען היינט אזוי?
 
Back
Top