- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,395
- רעאקציע ראטע
- 4,699
- פונקטן
- 443
מזל טוב! יענקי און רוחי שפאצירן אראפ דעם רויטן טעפיך אין קאנטינענטאל, אנהאלטנדיג זיך האנט ביי האנט דאס ערשטע מאל. יענקי גייט אראפ דעם טעפיך מיט די האפענונג צו אנהייבן א ליבליך גליקליך לעבן צוזאמען מיט זיין שיינע, אויסגעפוצטע, שמעקעדיגע שותף רוחי. א שיין געשטאלט, אלע פיטשער'ס, ממש וואס א מאן קען זיך נאר חלומ'ען. ווי אויך איז יענקי א שיינער מוסקיולער בחור, אן קיין חתימת זקן, א הערליך געבילדעטע באדי. די צוויי זענען נושא חן איינעם צום צווייטן, קען נישט זיין בעסער.
אבער, א שיינע דאל פון אמעריקען גירל איז אויך זייער שיין. יענקי, דווקא א געלונגענער קלוגער אינגערמאנטשיק, וואס באזיצט א ים מיט אינערליכע אינהאלט, חכמה חיצוניות, אלוועלטליכער ידען, ער פארשטייט אין גאר אסאך נושאים און פארמאגט אסאך ידיעות, ער האט צו שמועסן און פארציילן גאר אסאך. ווידער רוחי איז נאר ביזי אין קאכן, באקן, זיך שיין אנטוהן, א בעל בתישע בעלת בית'טע. איר אויסזעהן איז אייביג אפ-טו-פאר Up to par, אייביג שמעקעדיג, פריש און צוזאמגענומען.
יענקי איז א מאן מיט הרגשים, ער ליבט זיין נייע ווייבל רוחי, ער וויל געפעלן אין אירע אויגן און באקומען אנערקענונג אין זיינע מעלות נישט פון די גאס, נאר דייקא פון זיין שותפ'טע רוחי. ווי אויך וויל ער זארגן פאר איר און איר מאכן גוט פילן, ער קאלט איר כסדר פון כולל, און נאך דעם פון די ארבעט, זיך אינטרעסירן וואס זי מאכט, וויאזוי גייט איר טאג, וכו'.
מאידך גיסא, רוחי גייט זיך איר וועג, איר אינטרעסירט נישט קיין סאך וואס יענקי מאכט און טוהט, און ווי אזוי זיין טאג גייט אדורך. זי רופט איהם נאר ווען זי וויל אז ער זאל עפעס פאר איר ארלעדיגן. רוחי איז, ווי פריער דערמאנט, א בעלת בית'טע, און א טיפישע וואוילע מאמע און ווייב. מיט 'טיפישע' מיין איך אז אויסערליך טוהט זי אלעס וואס א ווייב דארף צו טוהן פאר איר מאן, וואשט זיין וועש ציכטיג, און ווי אויך שטעלט זי צו סעודות, סאפער, כיד המלך, 5-קורס מיעלס, און פרעגט איהם אויך אמאל-אמאל "ביסט אפשר הונגעריג יענקי?" און ער ענטפערט "נישט געזארגט, איך וועל זיך מסדר זיין" און זי זאגט "אוקיי". און ווען ער זאגט שוין יא "אדרבה האסט עפעס גוטס טועם צו זיין?", זאגט זי "זיכער".
"לאה'לע קום אהער, קענסט אנווארעמען פאר טאטי די שניצל?" זיכער, איך קום שוין, ענטפערט די גרויסע (קליינע) טאכטערל קוים אלט 7-8 יאר. זי נעמט ארויס די בעטי קראקער, לייגט אריין דעם שניצל און סערווירט איר טאטן מיט א שטארקע דרך ארץ. דעלישעס, רוחי! אבער ווען דו האסט מיך געפרעגט צו איך בין הונגעריג און איך האב געענטפערט יא, האב איך דען געמיינט אז איך קען אליינס ארויסנעמען דעם בעטי קראקער און אנווארעמען פאר זיך א פארציע?
דו האסט שוין געגעסן סאפער? ביסט געווען מן הסתם זייער הונגעריג, ריכטיג? אה נאו, איך האב שוין געגעסן, ווען איך האב געסערווד די קינדער האב איך זיך מיטגעכאפט. אה, זייער גוט האסטו געטון. טראכט זיך יענקי, אבער ווען דו פרעגסט מיר צו איך בין הונגעריג, צו זאל איך דיר עפעס צושטעלן, שיקסטו לאה'לע... איך קען אליינס אויב איך וויל! איך בין נישט געווען הונגעריג, איך האב פשוט געוואלט זיך אראפזעצן מיט דיר און פארברענגען ביי סאפער, און דו ווייסט אויך אז ווען דו גרייטסט עס אן גיט עס צו צו די ווארעמקייט!
דאס איז נאר א חלק פון די מעשה.
יארן לויפן, א ביזי הויז, און עולם כמנהגו נוהג. ב"ה די קינדער זענען שוין אונטערגעוואקסן, אבער צווישן די פארפאלק איז נישטא גארנישט, נישט קיין שמועסן על דא ועל הא, נישט קיין סעקס וואס ענדיגט זיך נישט מיט פראסטראציע וכו' וכו', וא"א לפרטם כי רבים הם.
אבער איין נקודה, די ליידיגע רגש צווישן זיי גייט אויף אזוי ווייט אז עס שפילט זיך אפ יעצט אזא מעשה (וואס איז בעצם שטיות, אבער פארט). א וואויס-נאוט איז געשיקט געוארן צו יענקי, אויף קאמפלימענטן וואס איז געגאסן געווארן פון א ברידער אויף א גריס וואס ער האט באקומען אויף יענקי פון א חבר וואס האט זיך פונקט אנגעשטויסן מיט א ברודער, איהם זאגענדיג אז דיין ברודער יענקי איז פיינע נייעס, ער איז אריינגעקומען צו מיר אין ביזנעס און מיר ארויפגעברענגט מיינע פראפיטס צו 250%, מיט זיין שכל הישר, זיינע טאקטיקן, האט ער געשטעלט א צופלויגענע ביזנעס אויף גלייכע רעלסן וכו', שיט שבחים אין זיין וואויס-נאוט מיט א שמוץ אריבער.
פארענדיג מיט זיין ווייב אין די קאר זאגט יענקי פאר רוחי, "איך האב באקומען א וואויס-נאוט פון מיין ברידער שמחה, לאמיר עס אויפשפילן"! און ער צינדט עס אן הויך אויפן בלוטוט אז רוחי זאל אויך הערן ווי געלונגען ער איז עכט. פארגעס נישט, יענקי לעכצט נאך אביסל אנערקענונג פון זיין רוחי, ספעציעל ווען עס איז גארנישט דא צווישן זיי.
רוחי'ס ריספאנס איז געווען ווי פאלגענד, נאדא, זילטש. די האנט צוזאמגעלייגט, זיך איינהאלטנדיג צו ווייזן סיי וואספארא רעאקציע, און קיין שום צייכן אויף איר פנים אז די מעסעדזש געפעלט איר. נישט קיין ווארט. ביים סוף פון די וואויס-נאוט, עס רעדט נאך א סעקונדע, פרעגט רוחי, וואס טוהט זיך מיט די האט וואטער טאנק Hot water tank (וואס האט לעצטנס געמאכט עפעס פראבלעמען און יענקי האט שוין פון לאנג קער גענומען).
איצטערט, וואס און ווי אזוי דארף יענקי פילן אדער רעספאנדן?
דאס איז א מעשה שהיה. איצטערט געענדיגט מיט יענקי א סעסיע און דאס האט ער מיר פארציילט.
וואס זאגסטו, ווי אזוי ענטפערט מען איהם? האט ער בכלל אן אישו? איז ער א בעבי וואס דארף נאך די 'שטותים' וואס הייסט לאוו אדער אנערקענונג פון זיין רוחי?
ווען א מענטש וואס איז חתונה געהאט מיט א שותף/טע וואס ווייזט נישט קיין שום געפיל אדער הארציגקייט, האט נישט קיין סימפאטיע, נישט קיין אמת'ע רגש, קען דאס איבערלאזן גאר א טיפע וואונד. עס איז נישט ווייל ער/זי האט נישט באקומען קיין קוש אדער גוטע ווערטער, עס איז פשוט א געוויסע געפיל אז די קשר צווישן זיי איז דיסקאנעקטעד.
אין אזא מצב פילט זיך דער מענטש זייער אליינס, אפי' ער איז פיזיש נישט אליינס. מחשבות הייבן אן לויפן אין זיין קאפ, וואס טוה איך ראנג אז עס איז נישטא קיין קאנעקשאן דא? און באשולדיגט זיך פאר נישט זיין גענוג גוט פאר זיין ווייב, "זי וויל מיך נישט"! די זעלבסט ווירדע ווערט צוקנאקט.
און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען. עס דעוועלאפט זיך מער נישט קיין קאנווערסעישאנס טיפער ווי דער סערפוס און מען דיסקאסד נישט קיין שום נושא וואס האט אין זיך מער ווי א יא אדער א ניין. די סמכות פון איינעם אויפן צווייטן ווען נויטיג איז נישטא, מען קען נישט אראפלאדענען א שווער הארץ איינעם צום צווייטן אדער דיסקאסען א שווערער טאג אדער אפי' א גוטער טאג איינעם מיטן צווייטן. ווי אויך איז עס א דירעקטער גורם צו ווייטאג פון איינעם צום צווייטן פאר גארנישט און פאר נישט.
און דאן וואס געשעהט ווייטער? אינטעמעסי צווישן די צוויי פאסירט נישט פאר קיין געלט אין די וועלט, אפי' ביידע ווילן זייער שטארק. די קינדער שפירן עס טראץ וואס אינדרויסן איז נישטא קיינע אפענע קריגערייען, און זיי ווערן אפעקטעד אן וויסן וואס אפעקטירט זיי, און פארוואס זיי שפירן זיך נישט באקוועם אין זייער אייגענע הויז, אין זייער ד' אמות. זיי פרובירן צו אנטלויפן פון דערהיים ווען נאר זיי קענען.
דאס לעבן איז מער ווייניגער פאר'מיאוס'ט, איך האלט נישט אז דער מענטש וואס גייט עס אדורך איז עפעס ראנג מיט איהם/איר. עס מיינט נישט אז ער/זי איז א בעבי און דארף אטענשאן. ער/זי איז פשוט א מענטש מיט א הארץ און א נשמה וואס דארף האבן קאנעקשאן אין ארדער צו סורווייוון.
דאס איז מיין מיינונג אין די נושא. איך וואלט זייער שטארק געוואלט הערן צו איינער וועט האלטן אנדערש.