פאלאטשינטאו
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 43
איך ווייס נישט צו עס ווערט שוין ערגעץ אויסגעשמועסט דא, עס איז שוין געווארן אריינגעווארפן דא דארט, אבער דא וויל איך עקסלוסיוולי דעבאטירן דאס.
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מענטל העלטה פראפעסאר, און איך בין נאך קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ פאר הילף, ביטע טאלערירן מיין ארימע פארשטענדעניש און וויסנשאפט.
איז אזוי, ס'איז דא קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן געווארן אונטער שווערע עלטערן, און אלס תוצאה, זענען זיי אויפגעצויגן געווארן אן אזא מין מושג פון love, זיי זענען געמאכט פון פלאסטיק און זייער גאנצע לעבן איז טעכניש און פארטיג. קאלט.
זיי האבן נישט קיין טראמא, זיי זענען נאך אפילו אין גוטן מיט די עלטערן - טעכניש - אבער אן קיין געפילן. (זאל איך עס רופן פוילישע אפשטאמיגע?)
אזעלכע קינדער פארלאנגען נישט love, ווייל זיי אליינס פארמאגן דאס נישט אויף זיך זעלבסט, און אוודאי קענען זיי עס נישט געבן פאר אנדערע, אין א בחינה פון ואהבת לרעך כמוך, אז ס'איז נישט דא דער כמוך איז דאך נישטא קיין אהבה לרעך.
ווידער זענען דא אנדערע וואס זענען אויפגעוואקסן מיט ארדענטליכע עלטערן, מיט געפילן, און נאך די חתונה זיכן זיי צו קאנעקטן ווי געזונטע מענטשן.
יעצט פלונית א' פון אונזער געשיכטע, און די ערשטע תקופה נאך די חתונה פאלגט זיי אלעס זייער טעכניש , אזוי ווי די טיטשער האט אויסגעלערנט, מאכט א נאוט פארן מאן אין זיין פרישטאג איך האב דיך אזוי ליעב וכו'.
די מאן ווערט פרייליך און גיבט צוריק, און צו זיין וואונדער, זי רעאגירט נישט דערצו, זי זאגט ס'פעלט נישט אויס, א שאד דיין צייט און געלט וכו' זי וויל אים נישט מאכן שווער ארבעטן פאר זיך.
שוין, עס גייט דורך אפאר יאר, קינדער געבוירן, מען וואשט וועש, קאכט באקט, א גאנצע בעל הביתטע, אבער ווען ס'קומט צו א רילעישנשיפ, זי ווייסט נישט וואס מען וויל פון איר, זי טוט דאך אלעס, און ווען מען קען נישט, קען מען דאך טעכניש נישט.
נאכן פרובירן אויפקלערן, וועט זי עדדן צו איר אינסטרוקציעס אז דאס און דאס וואס איר מאן האט איר געזאגט לייגט מען צו, אבער דער מאן איז נישט קיין נער און פילט ווייטער די זעלבע, דער פרוי איז נישטא.
איז דא העלפ דערצו?
איך רעדט נישט פון טראמא, איך רעדט פון אויסלערנען א מענטש דו קענסט דיך ליב האבן, פארגינען זיך צו קויפן עפעס שיין ווייל דו האסטיך ליב, נישט ווייל דיין מאן האט געהייסן וכו'. באקומען א טעם און זיסקייט צו זיך אליינס.
און אטאמאטיש קענען נאכדעם געבן און פארנעמען love.