דער ליגענט אינטער unconditional love

דער ווארט unconditional love ווערט אנגעקוקט ווי דער העכסטע סארט ליבשאפט וואס איז נאר דא, ליבשאפט וואס האט נישט קיין תנאים אדער גרעניצן. אבער אין רעאליטעט הייבט זיך עס נישט אן! און איך גיי דא ברענגען אפאר סיבות פארוואס עס הייבט זיך נישט אן.

יעדער מענטש האט boundaries (גרענעצן)
אויב איינער גייט דיר האלטן און איין וויי טון און אריבערגיין יעדער גרעניץ (ווי למשל טשידינג) גייסטו נישט קענען האלטן דיין ליבשאפט אנקאנדישענעל.

ליבשאפט איז געבויט אויף עפעס
מיר האבן ליב א מענטש צוליב עפעס א סיבה, זייער גוטסקייט, דער וועג ווי אזוי זיי מאכן אונז פילן, ועוד. אויב דער אלע זאכן ווערן פארשווינדען, גייט דער ליבשאפט פארשווינדען ווערן מיט דעם. דאס מיינט אז עס איז שוין איימאל קאנדישענעל.

“ unconditional love” קען זיין געפערלעך
געוויסע מאל נוצט מען דער געדאנק פון אנקאנדישענעל ליבשאפט צו בלייבן און נישט געזונטע רילעשענשיפס, מיטן תירץ אז עס איז אנקאנדישענעל

אפילו א טאטע און מאמע’ס ליבשאפט האט גרענעצן
מענטשן זאגן אז עלטערן האבן unconditional love צו זייער קינדער, אבער אפילו דא, און שווערע פעלער (ווי עביוז אדער שווערע עמאשענעל עביוז) קען זיך דער ליבשאפט טוישן.
 
אפי׳ ווען א טאטע צוליב רעליגיע הארגעט ער זיין זון, איז די פשט אז ער פארשטאפט זיינע געפילן (חוץ אויב ער איז א נארסעסיסט), ס׳קען זיין א צודעק צו דעם ליבשאפט, אבער די ליבשאפט איז  בעצמותו unconditional.

נאר וואס בלשון בני אדם מיינט unconditional ♥️, און conditional ❤️ מיינט עס אז מ׳זאל לאזן אפערירן דעם לאוו און נישט צולאזן דעם צועדעק עס באהאלטן, מיט כל מיני עקספקטעישנס וכו’.

איך האב געהאט א חבר וואס צוליב דעם וואס ער איז געווארן א כופר האבן זיינע עלטערן עם ארויסגעשטויסן פון די הויז, און זיי ווילן גארנישט וויסן פון עם, ווייל ער איז דאך א פשוט׳ע גוי,
האב איך עם געזאגט אז מ׳דארף אויפוועקן די פינטעלע ייד אין זיי בדרך מליצה, דהיינו די ליבשאפט איז דא, נאר ס׳איז באהאלטן און באדעקט מיט conditions.

אודאי איז אויך דא עכטע conditional love, וואס די גאנצע ליבשאפט וועט באמת אוועקפאלן טאמער די תנאים זענען נישטא, אבער ס׳איז זיכער דא unconditional love, נאר דעמאלס קען עס אויך ווערן באדעקט מיט conditions טאמער מ׳האלט בשיטה אז ס׳איז שטערקער ווי די לאוו.
אזוי ליינענדיג וואס דו שרייבסט טראכט איך אז דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט אז טיף אינעם געפיל פון יעדע טאטע מאמע ליגט אנקאנדישענעל ליבשאפט פאר זייערע קינדער אפילו אמאל קען עס זיין באהאלטן אינטער געוויסע תנאים ווי למשל רעליגיע וכו' אמער עלטערן מיט קינדער זענען איינס! כאטשיג פיזיקאליש קוקט עס נישט אויס אזוי אבער אין ענערגיע, ד"ה אינעם נישט פיזיקל ביאינג זענען זיי בעצם איינס!
 
און די וועלכע הרג'נן יא זייערע קינדער צוליב רעליגיע, מוסלמענער למשל, וואס זייערע קינדער פארן אפּ (honorary killing) אדער די וואס האבן געפירט זייערע קינדער פאר'ן מולך וכדומה האבן געהאט אנקאנדישענעל פאר רעליגיע איבער זייערע קינדער
זיי האלטן אז דאס איז די בעסטע פאר זייער קינד.
אפילו סטיט זיי וויי טוען זיי עס נאכאלץ,
ווייל דאס איז די בעסטע פאר די קינד, ער גייט דאך באקומען 72 נקבות.
 
זיי האלטן אז דאס איז די בעסטע פאר זייער קינד.
אפילו סטיט זיי וויי טוען זיי עס נאכאלץ,
ווייל דאס איז די בעסטע פאר די קינד, ער גייט דאך באקומען 72 נקבות.
דעס שמעקט פון מיין מלמד און חדר ״גלייב מיר עס טוט מיר מער וויי דער פאטש וואס איך האב דיר געגעבן״…
 
כ'בין נישט זיכער מ'קען אפי' מרמז זיין וואס ליבשאפט מיינט, פונקט ווי כ'קען דיר נישט מסביר זיין ווי אזוי א גוטער וויין טעיסט צו מיר. כ'קען טרייען סתם צו דרשנן און דברנען ארום און ארום...

האסטו שוין אמאל געטון עפעס פאר איינעם סתם ווייל דו ווילסט ס'זאל אים זיין גוט, און דו זעהסט נישט בדרך הטבע ווי אזוי וועסטו עפעס צוריק באקומען פון אים?

האסטו אמאל איינגעזעהן אז דו קענסט זיך ליב האבן אפי' אויב די גאנצע וועלט האסט דיר? און אפי' אויב דו ביסט דער ערגסטער נברא מששת ימי בראשית?

האסטו אמאל געשפירט זיך מיט דיין שורש ווי איינס מיטן גאנצן בריאה?

דאס איז נישט קיין זאכן וואס זענען אלעמאל יא אדער ניין, ס'איז תקופות, צייטן און מינוטן.
אמאל אפערעיט איך פון א פלאץ פון פחד און עצבות, כ'שפיר ווי כ'דארף פראטעקטן זיך און מיין כבוד. און אמאל געלונגט עס צו אפערעיטן פון א העכערע ענערגיע פון שטארקייט און פרייליכקייט, כ'פיהל גוט ווי אזוי איך בין און כ'דארף נישט קעירנעמען פון זיך, כ'קען זיין א חלק פונעם פלאו פונעם בריאה, כ'קען זיך לאזן אז גוטס זאל ארויסקומען דורך מיר ווי א וועסל פאר גוטס. (און אפי' דאן קען אמאל איין קליינע טשעפע ארויפברענגן מיין שרעק, און ס'ווערט אן עבודה צו זעהן וואס די נויז אין מיין קאפ איז, און וויסן ווי אזוי איידעלערהייט צוריקנעמען די לייצעס)

ווען מ'פיהלט איינס מיטן שורש, איז גרינגער צו זעהן אנדערע און זיי ערלויבן צו עקזיסטירן די זעלבע וועג ווי מ'ערלויבט זיך און דעם שורש.

כ'האף כ'רעד נישט טערקיש...

יעצט. די החלטה פון געבן נאר ווי איך שפיר כ'וויל (כ'בין אין די פלאץ צו) געבן קומט אויך פון ליבשאפט צו זיך. די ליבשאפט צו אנדערע קומט אויך פון די ליבשאפט צו זיך. די ליבשאפט צו זיך קומט פונעם ליבשאפט צו מיין שורש.

סעטן באונדריס, קומט פון די ליבשאפט צו זיך און מיין שורש, זיכער מאכן אז כ'שטער זיך נישט פון זיין וואס און ווי אזוי כ'בין געמאכט צו זיין.

כ'זעה עס ווי ס'דא עפעס העכער פון מיר וואס כ'וויל זיין ווי אזוי כ'דארף זיין. ס'איז אן עבודה פון זיך מבטל זיין צו מיין נשמה/שורש און לאזן די וועלט געפירט ווערן.

ביז דא איז וואס קומט מיר ארויף אין געדאנק צומישטערהייט. כ'האף ס'געט עפעס הרגש פון ליבשאפט. און אז נישט ביטע גריל מיר נישט, ווייל כ'ווייס אליין נישט...

כ'זעה יעצט @אלפא'ס ענטפער און ער רירט אהן די זאכליכער נקודה אליין. סאו כ'קען שוין דא אויפהערן. צו פארשטיין מיין הודעה נעם ענדערש א טרינק טיי און וועסט שוין איינמאל פארשטיין אהן וויסן...
שעפטאל דאס דערמאנט מיך וואס Eckhart Tolle זאגט אז אמת'ע ליבשאפט איז ווען א מענטש איז Presence און אפערירט נישט פון זיין עגאישע סטעיט אוו מיינד און אזוי אנערקענט ער איז אין עסענס איינס מיט אלע מענטשן. ווען א מענטש איז אידענציפיטירט מיט זיין איגאו זעט ער די וועלט צוטיילט צווישן "איך" און "די אנדערע" און דעמאלט איז ווואס מיר רופן ליבשאפט בדר"כ ווען מיר (די איגאו) זעהן אן געלעגנהייט צו ווערן מער Complete דורך יענעם, צו ס'איז דורך א פארטנער אדער דורך קינדער וואס קומען אנפילן א לאך און שטיצן די איגאו אויף כל מיני אופנים. אין אזא מצב איז נישט שייך Unconditional love (לדעתי אויך נישט ביי עלטערן, ע"ע ווען די קינד פארט אפ)

איך געדענק נישט זיין אין אזא מצב, אפשר צייטווייליגע Glimpses דא דארט, אשריך
 
לעצט רעדאגירט:
איך געדענק נישט זיין אין אזא מצב, אפשר צייטווייליגע Glimpses דא דארט, אשריך
איך בין אויך נישט אייביג דארט. ווי כ'שרייב:
דאס איז נישט קיין זאכן וואס זענען אלעמאל יא אדער ניין, ס'איז תקופות, צייטן און מינוטן.
אמאל אפערעיט איך פון א פלאץ פון פחד און עצבות, כ'שפיר ווי כ'דארף פראטעקטן זיך און מיין כבוד. און אמאל געלונגט עס צו אפערעיטן פון א העכערע ענערגיע פון שטארקייט און פרייליכקייט, כ'פיהל גוט ווי אזוי איך בין און כ'דארף נישט קעירנעמען פון זיך, כ'קען זיין א חלק פונעם פלאו פונעם בריאה, כ'קען זיך לאזן אז גוטס זאל ארויסקומען דורך מיר ווי א וועסל פאר גוטס. (און אפי' דאן קען אמאל איין קליינע טשעפע ארויפברענגן מיין שרעק, און ס'ווערט אן עבודה צו זעהן וואס די נויז אין מיין קאפ איז, און וויסן ווי אזוי איידעלערהייט צוריקנעמען די לייצעס)
כ'קוק אסאך מאל צוריק מיט בענקשאפט צום אמאליגן שעפטי וואס פלעגט וואוינן אין יענעם ארט אסאך מער 🫣

אבער כי לא מחכמה שאלתי את זאת - ס'ליגט אין אונז, מיר אלע זענען עס, לאמיר נאר נאכלאזן דעם אנגעצויגנקייט פונעם עגא.

כ'וויל אנערקענען אז כ'בין אקעי אפי' ווען כ'בין נישט דארט, (דאס אליין העלפט מיר צוריק אריינ'טונ'ן).

לאמיר טרינקן אייא ביז מ'איז זוכה אריינצוגיין דארט ווי מער... ❤️
וואס רעד איך, מ'דארף דאס אויך נישט, לאמיר נעמען א גוטער ראוגער אטעם און אריינקומען צוריק אינעם 'באורינג' זיך ❤️

-
יעצט געטראפן דעם פרוי'ס טשענול, קוקט אויס נאך מענטשן פארשטייען דעם טערקיש...
View: https://youtu.be/2Mazg-izk30?si=kdh6l-pZtad7M0Pr
 
ס'איז א טאג טעגליכע ערשיינונג אז עלטערן האקן גענצליך אפ מיט די קינדער (צוליב רעליגיע, געלט אנגעלעגענהייטן אדער עפעס אנדערש).

יכול להיות אז ס'איז פאראן עלטערן וואס וועלן בלייבן ליב האבן זייערע קינדער אין יעדן מצב, אבער צו זאגן אז "עלטערן" (אין דזשענעראל) האבן אנקאנדישינעל לאוו פאר זייערע קינדער, איז נישט ריכטיג.
 
דער העכסטע מדרגה פון ליבשאפט איז ווען א מענטש איז גרייט צו שטארבן צו ראטעווען אן אנדערע מענטש . דער סארט ליבשאפט איז גאר שווער צו פארשטיין מיט די מח ווייל עס זעהט נישט אויס לאגיש. ווען איינער קומט אן צו די מדרגה פון אהבה טראכט ער וויינגיער פון זיך אליינס. דאס קען פירן צו ווייניגער מענטאל העלט פראבלעמן.
איך האב אמאל געהרט פון Orion Taraban אז אין אהבה שבין איש לאשתו איז אלעמאל דא איינער פון די צוויי וואס האט מער געפילן פון מסירת נפש פאר די קשר צווישן זיי. דער וועלעכר שפירט די קשר שטערקער און קוקט ארויס אויף די נאנטקייט וועט זיך שפירן געשמאקער אין דעם מצב. ער איז מייעץ אז דער מאן זאל זיך אויפירן מיט מער קאלטקייט און צוגעבן וויינגער צו דעם קשר כדי איבערצולאזן די פלאץ פון שטערקערע געפילן פאר די פרוי פערזאן. ער טענהט אז פרויען וועלן זיין מער צופרידען פון אזא סארט קשר וואס זיי דארפן דאס נאכלויפן.
 
עס זענען דא פילע מדרגות אין פארשטיין אַ מושג. אסאך מאל, ווען מען רוקט אַ געדאַנק ארויף צו מצב וואס עס איז נישט גאזאגט געווארן און מען הייבט עס אן צו צונעמן יעדער ווארט באזונדער קען דער מושג אין גאנצן צופאלן.
למשל דעם באַגריף פון אהבה בלי תנאים צווישן עלטערן און קינדער. אויף אַ פּשוטע מדרגה, ווען אַ מחנך זאגט אַז עלטערן דארפן אַרבעטן אויף אומבאדינגטער ליבשאפט, מיינט ער בדרך כלל פשוט: הער אויף צו טראכטן וועגן דיינע אייגענע באדערפענישן און הייב אָן טראכטן וועגן דיינעם קינד.
דאס איז אַ זייער וויכטיגער הדרכה, בפרט פאר עלטערן וואס שפירן נישט די שטארקייט צו ליידן פארן גוטס פון זייער קינד. עס זענען דא עלטערן וואס קענען בלויז זוכן וואס זיי באקומען פון זייער קינדער. אין עקסטרעמע פעלער נוצן עלטערן אויס זייערע קינדער צו מאכן אפאר דאללער— למשל דורך נעמען קרעדיט לויענס אויף די נעמען און סאשעל סעקיוריטי נומערן פון די קינדער, און צאלן דאס ניטאמאל צוריק (כבר היה לעולמים, רח"ל).
אבער פיל מער פארשפרייט איז די ווייניג גערעדט וועגען מציאות, ווען אַ טאטע אָדער מאמע נוצט אויס דעם קינד צו שטאַרקן אייגענע זעלבסט־געפילן און זעלבסט ווערט. דאָס איז מער אן אַן איידעלע היזק, אָבער גאר א שעדלעכע אויפירונג, וואָס קען טיף שאַטן.
עס איז אָפט שווער פאַר אַ עלטערן צו וויסן וואס ליגט טאַקע אונטער זייערע אייגענע מעשים. למשל: אַ עלטערן איז מעודד און שטופט צו א קינד צו מצליח זיין אין לימודים, מיטן ציל ער זאל ווערן אַ דאָקטאָר, אַ לויער — אדער אפילו אַ דיין אָדער מתמיד. ווען דער דרוק קומט פון אַ געזונטער אָרט, אויף אַ וועג וואס שטיצט די טבע'דיקע כוחות פון קינד, קען דאָס ברענגען גוטע פירות.
אָבער ווען דער אמת'ער מאָטיוו איז דער עלטערנס אייגענע אומזיכערקייט, אדער חוסר זיך־ווערט, קען דאָס שאַטן דעם קינד אויף אַ טיפן וועג: עס ברעכט צוטרוי אין דעם קשר, שאַפֿט ריסן אין די באציונגען און קען רעזולטירן אין לאַנג־טערמינע שאדן אין דעם קינד'ס מחשבת, געפילן און אויפפירונג.
ווען אַ מחנך זאגט אַרבעט אויף "אומבאדינגטער ליבשאפט", מיינט ער אין תכל'ס: "הער אויף צו טראכטן וועגן וואס דו דארפסט, און הייב אָן טראכטן וועגן וואס דיין קינד ברויך".
דאס איז א קריטיש וויכטיגער הדרכה פאר אסאך עלטערן.
אָבער ווען מען הייבט אויפ דעם מושג און מען צונעמט עס וואָרט נאך וואָרט — קען עס אָנהייבן צופאַלן. מען הייבט אָן צו פרעגן: איז אמת'ע אומבאדינגטע ליבשאפט בכלל מעגליך? זענען דא אומשטענדן וואו אַ עלטערן איז בארעכטיגט צו פאַרלאָזן אַ קינד?
הגם איך וויל באמת טענה'ן אַז אמת'ע ליבשאפט מיינט: בלײַבן נאנט, בנמצא, און גרייט צו העלפן — אפילו אין די ערגסטע מצבים. דהיינו אפילו אויב דער קינד איז אַ פאַרברעכער. אפילו אויב ער איז אַ פּעדאָפיל און זיצט אין טורמע. איך בלײַב דיין טאטע/מאמע. איך בין דאָ. דו ביסט נאָך א מענטש.
ווייל אויב ליבשאפט מיינט געבן פאר א צווייטן אפילו ווען דו באקומסט גארנישט צוריק — דאַן מיינט עס אז עס גייט אן, דווקא ווען עס איז זייער שווער. ווען דער קינד איז נישט קיין "נחת" מער, נאָר א שלעכטער מענטש. דעמאָלט זהעט זיך ארויס די אמתע ליבשאפט. און ווען עלטערן קענען בלײַבן שטארק אין אזא צייט, איז דאס די גרעסטע מדרגה וואס זיי קענען דערגרייכן.
 
Back
Top