צוריקברענגען די feminine ענערגיע אין אונזער קהילה
איינע פון די זאכן וואס איך פיל אז איז די מערסטע צעבראכן אין אונזער קהילה איז די feminine ענערגיע. און איך רעד נישט נאר וועגן דעם Se***l עלעמענט דא - איך רעד וועגן דעם פולן ספעקטרום פון וואס feminine ענערגיע טאקע מיינט:
Softness - די פעאיגקייט צו זיין לייכט מיט זיך און אנדערע
Flow - זיך לאזן וואוילגיין מיט לעבן אנשטאט צו צווינגען אלעס
Beauty - אפשאצן און שאפן שיינקייט for the sake of it
ליבע - unconditional care וואס דארף נישט ווערן פארדינט
Intuition - די פעאיגקייט צו פילן און וויסן דורך דירעקטע געפיל אנשטאט מענטאל אנאליז אדער אורטיילן - צו טרויען די חכמה וואס קומט דורך אונזער קערפער, הערצער, און subconscious אנשטאט צו אדורך צווינגען אלעס נאר דורך דעם פילטער פון ראציאנאלע טראכטן.
אלע די ענערגיעס איז געווארן פארשטאפט און suppressed דורך א ייחוס פון דורות מיט א אקטיווע attempt צו עס פארטיליגן, איינמאל פאר אלעמאל.
ווי מיר האבן עס פארלוירן
מיר האבן נישט נאר suppressed די קוואליטיס - מיר האבן אפי' אקטיווערהייט עס פאר'מיאוס'ט. מיר האבן אויסגעלערנט אונזערע קינדער אז זיין ווייך מיינט אז ביסט ווי א מיידל, אז זיך לאזן לויפן מיט'ן שטראם מיינט אז דו ביסט נישט ערנסט, אז זיך קימערן וועגן שיינקייט איז אויבערפלעכליך און הויל, אז Love איז conditional, און אז זיך פארלאזן אויף אייגענע אינטואציע איז קעגן דעת תורה.
מיר האבן אוועקגעמאכט feminine אינטואיטיווע געפילן - די נאטורליכע אינטואציע וואס א מענטש באקומט עפעס א הרגשה אז עפעס איז ריכטיג צו נישט, אפי' אויב ער האט נאכנישט די ווערטער צו זיך מסביר זיין, אבער זיין גוף ווייזט שוין גלייך עפעס איז נישט ריכטיג, איך זאל זאגן "ניין" אפילו אויב איך האב נישט קיין קלארע סיבה פאר דעם, און מ'האט אונז געזאגט אז ס'דארף זיין מח שליט על הלב, און מ'האט אראפ געשטופט די געפילן, די אינטואציע ווען די גוף שרייעט "האסט פארגעסן אז זיין אמת'דיג זיך אליינס איז מער וויכטיג".
מיר האבן דאס געטאן אזוי גרינטליך, און אזוי לאנג, אז מיר האבן כמעט פארגעסן אז די ענערגיעס עקזיסטירן בכלל.
און יעצט? שטארבט עס אינעווייניג פון אונז א שטאטע טויט.
נאך מער פון דעם, מיר האבן אפגעטיילט אזוי שטארק די מענער פון די פרויען אז פון כמעט די דריי האט מען נישט קיין שייכות איינער מיטן צווייטן. א מאן קען נישט האבן די לייכטקייט פון פשוט אמאל קענען מיטשמועסן אין א פרויערישע שמועס, וואס זאל אביסל ארויסברענגען זיין אייגענע לייכטקייט. ער קען אפילו נישט קוקן אויף א אשת יפת תואר צו פארשטיין beauty וואס זאל אויפוועקן זיין אייגענע געפיל צו שיינקייט צו ארט, צו מוזיק, צו א קול אשה, וואס קען אויפוועקן זיין ווייבערישע ענערגיע פון אינעווייניג.
מ'האט באדעקט אלע אונזערע פרויען מיט שמאטעס ס'זאל ח"ו נישט ארויסברענגען אונזער אייגענע געפילן צו ליב האבן ווייכקייט, צו ליב האבן א עכטע פולע שמייכל, צו ווערן אנערקענט און באליבט דורך ווייבערישע אויגן (נישט "נאר" פון די אייגענע ווייב), וואס דורך דעם וועט אים זיין לייכטער צו זיך אליינס זען דורך די ווייבערישע ענערגיע אין זיך אליינס.
און נאך מער פון דעם אלעם - אפילו אונזער אייגענע ווייבער, מאמע, שוועסטער, זענען אליינס אביסל באדעקט פון זייער אייגענע ווייבערישע ענערגיע, און זענען אליינס האלבע מענער. זיי האלטן זיך כסדר איין פון ווייזן שיינקייט, זינגען, שפילן, ארט, האר, פון כמעט אלע ווייבערישע געברויכן באהאלטן זיי זיך און טוען עס בחדרי חרדים כאילו כפאו שד, און דערנאך קלאפט זי נאך א סלח לנו.
בקיצור, אפילו די שפיגל האט מען צוגענומען פון אונז. מ'האט שוין כמעט פארגעסן וואס עכטע feminine ענערגיע איז.
פארוואס דארשטן מיר אזוי שטארק
Carl Jung האט אונז אויסגעלערנט אז יעדער זכר האט אין זיין מח אויך די נקבה ענערגיע וואס ער רופט Anima, און יעדער נקבה האט אין זיך א זכר ענערגיע וואס ער רופט Animus. אבער די Anima און Animus זענען נישט אין די consciousness (באוואוסטזיין) חלק פונעם מח נאר אינעם unconscious (אויסבאווסטזיין).
און דאס איז טאקע די סיבה פון די געזעץ פון Attraction - ווייל די unconscious פירט די מענטש אפילו אנטקעגן זיין ראציאנאל. די unconscious רעדט נישט מיט ווערטער נאר מיט געפילן און רעיונות אזוי ווי אין א חלום, ממילא אינעם מענטשנ'ס קאפ איז שוין דא געוויסע בילדער וואס ליגט ביי אים אינעווייניג אין די unconscious פון וואספארא Anima/Animus ענערגיע ליגט באהאלטן אין זיך.
די מינוט ער זעט דאס אינדרויסן נעמט די unconscious קאנטראל פונעם מענטש און מאכט עם "פאלן" אין ליבשאפט, אפילו אן זיין conscious האט צייט צו פארשטיין אדער האבן קאנטראל. די unconscious נוצט די דרויסנדיגע ענערגיע אלס א שפיגל, כדי אז דורכ'ן זיך באקענען מיט די סארט ענערגיע וועט אים זיין לייכטער שפעטער זיך צו אנערקענען מיט זיין אייגענע ענערגיע פון אינעווייניג.
דערפאר איז אסאך מאל דא דיסאפוינטמענטס - ווייל ס'איז נאר געווען א געפיל וואס האט געשטופט וואס האט אים פארבלענדעט צו מיינען אז ס'איז מער ווי וואס ס'איז. אבער באמת איז עס נישט ממש פונקט ווי די ענערגיע אינעווייניג, ווייל קיינער פון אינדרויסן האט נישט די ריינע Anima/Animus ענערגיע וואס ליגט אינעווייניג - וואס איז סאך ריינער און פולער מער ווי עני זאך פון אינדרויסן.
די טראגעדיע פון אונזער דארשט
ווי איר קענט קלאר אפי' זען דא אין קרעמל - זעמער אונז אזוי דארשטיג, אז אסאך מאל איז עס גורם פאר אנדערע צו פרובירן גיין די קאמפליט עקסטרעמע אנדערע זייט און חלש'ן אויף רייצנדע קאנטענט, ווייל אולי יחוס וועט עס זיי ברענגען די ענערגיע וואס זיי זוכן אזוי שטארק פון דרויסן.
אבער דא איז דער טראגישער חלק: אפילו נאך ארייננעמען אלע יענע קאנטענט, וועלן זיי נאך אלץ נישט קענען צוגרייכן צו זייער אייגענע אינווייניגסטע feminine ענערגיע. פארוואס? ווייל אנשטאט ריכטיגע געזונטע קאנעקשן מיט ווייבער וואס קען זיין א געזונטע שפיגל וואס רעפלעקטירט צוריק די ווייבליכע קוואליטעטן וואס זיי האבן שוין אינעווייניג אין זיך, קענען די מענער נאר באקומען א בליק פון וואס זיי פעלן אבער ממש שטארבן פון אינעווייניג.
ס'איז אזוי ווי א הונגעריגער מענטש וואס קוקט אויף עסן דורך א פענסטער - ער קען עס זען, אבער ער קען זיך נישט דערנענטערן.
דער שאדן גייט נאך טיפער. אפילו די פאנטאזיע פון וואס אמת'ע ווייבערישע ענערגיע פילט זיך איז אזוי ווייט אוועק פון רוב פון אונז אז דאס איינציגסטע זאך וואס מיר קענען צוגרייכן איז בענקשאפט (longing). אבער ס‘איז ניטאמאל א געזונטע בענקשאפט וואס מ'פראבירט צו באקומען - נאר עס איז א טאקסישע מין בענקשאפט וואס פילט זיך ווי דערגרייכן פאר עפעס אוממעגליכע פאנטאזיע וואס איז באמת א נארמאלע געברויך. עס איז אזוי ווי א האפענונגסלאזע בענקשאפט וואס מאכט אונז פילן מער צעבראכן, נישט בענקשאפט וואס אינספירירט אונז צו זיך היילן און וואקסן.
און נאכמער ס'איז א generational trauma - ס'גייט שוין אזוי דורות. דו האסט נישט באקומען עכטע פולע feminine energy פון דיין מאמע וכו' וכו' און די Mother Archetype איז אזוי שטארק ארויס פון אונזער באוואוסטזיין און איז באגראבן אזוי טיף אין די unconscious, אז ס'איז כמעט אוממעגליך זיך צו מחבר זיין דערמיט.
דאס איז מיין באמערקונג פון וואס איך גלויב איז דער איין גרעסטער שאדן וואס איז אמאל געטאן געווארן צו אונזער רעליגיע.
אבער ס'דא איז האפענונג...
הגם אז צו אויפדעקן די Anima - די feminine חלק פון אין זיך - איז שווער אפילו צו חלומ'ען, אבער מיט הילף און טעראפי קען מען צוביסלעך צוביסלעך עפענען א שייכות מיט דעם חלק פון אונזער פערסאנאליטע.
און אויך קען מען אליינס פראבירן וויפיל מ'קען צו אוועקנעמען אלע מחיצות של ברזל וואס זענען מפסיק פון זען די אייגענע Anima, און אנהייבן שטייטערהייט זיך מחבר זיין מיט דעם חלק פון זיך, אפי' נאר צו זאגן 'איך זע דיך' איז שוין א ריזיגע התחלה.
און ווי אויך אריין ברענגען מער די פאלגענדע ענערגיעס:
דער שטראם
לערנען זיך צו רוקן מיטן לעבנס-נאטירלעכע רידמען און לאזן זאכן לויפן נאטורליך אנשטאט צו פילן אז מ'מוז אייביג טון עפעס. דאס מיינט אמאל רוען ווען מיר דארפן רו, אמאל זיך רוקן שנעל ווען ענערגיע איז דא, זיך אדאפטירן צו וואס לעבן ברענגט אנשטאט שטייף קלעבן צו פלענער וואס ארבעטן נישט.עקזיסטירן פאר זיך אליינס
זיך געבן רשות זיך צו האלטן ווערד פשוט ווייל מיר עקזיסטירן, נישט נאר צוליב achievement אדער ווי גוט מיר perform'ען. דאס איז פונקט פארקערט פון אונזער performance obsessed קולטור, וואו דיין ווערד מעסט זיך אויף דיין פראדוקטיוויטעט.Surrender to the unknown
אנטוויקלען דעם מוט נישט אלץ צו פרובירן קאנטראלירן יעדן אויסקום. דאס מיינט זיין צופרידן מיט אומזיכערקייט, זיך פארלאזן אז מיר קענען האנדלען וואס אימער ס'קומט אויף, אנשטאט זיך אויסמאטערן פרובירן צו פראדוקצירן און קאנטראלירן אלעס.טראסטן אונזערע כוחות
טיף גלייבן אז מיר האבן וואס עס נעמט צו מענעדזשן סיי וואס דער לעבן ווארפט אויף אונז. נישט ווייל מיר זענען אומבאזיגליך, נאר ווייל מיר זענען resilient און resourceful מענטשן וואס קענען לערנען, זיך אדאפטירן, און וואקסן מיט שינויים.פולע רשות צו זיין פריי ווער מיר זענען
אויפהערן די אן א שיעור self-criticism וואס האלט אונז קליין און דערשראקן, און אנטוויקלען די אינערליכע feminine שטימע וואס איז פאזעטיוו, accepting, encouraging, אנשטאט כסדר אטאקירן פאר'ן נישט זיין פערפעקט.Playful נאטור
צוריקברענגען joyfulness, ספאנטאנישקייט, און פאָן אין אונזער לעבן, נישט נאר דער גאנצער פאקוס אויף accomplishment און compliance מיט social expectations. דאס מיינט מאכן צייט פאר זאכן וואס ברענגען אונז happiness אפילו אויב זיי "פראדוצירן" נישט גארנישט.אינטואיטיווע געפילן
צו זיך פארלאזן מער אויף instincts - די subtle אינפארמאציע וואס קומט דורך אונזער קערפער, emotions, און טיפע וויסן אנשטאט גלייך שפרינגען צו מענטאל אנאליז. דאס מיינט זיך לאזן אריין פילן אין סיטואציעס, מענטשן, און באשלוסן איידער אונזער מוח האט צייט צו אריין שפרינגען צו קאטעגאריזירן צי ס'איז "גוט" אדער "שלעכט."עס איז צו אנטוויקלען די פעאיגקייט צו באקומען אינפארמאציע דורך שפירן און טאפן, אנשטאט צווינגען אלעס דורך דעם שמאלן קאנאל פון ראציאנאלע טראכטן. דאס מיינט נישט אוועקצואווארפן פארשטאנד - עס מיינט אויסברייטערן אונזערע וועגן פון וויסן העכער די אינטעלעקט אליין.
די גרויסע בילד
הגם אודאי דארף מען צוריקשטעלן די feminine energy כימי אדם וחוה, אבער אפילו אן האבן אזוי פיל עקסעס צו דרויסנדיגע שפיגלעך זאל מען כאטשיג וויפיל ס'איז שייך צו אנטוויקלען די אינערליכע Anima וואס דאס איז דאך די עיקר תכלית, און ווען מיר הייבן אן צו צוריקשטעלן דעם באלאנס צו אונזער קהילה, מיר וועלן נישט נאר האבן געזונטערע אינדיווידואלן - מיר וועלן פאררעכטן אזוי סאך פון די אנדערע פראבלעמען וואס שטאמען פון דעם הויפט וואונד.
ווייל ווען מענטשן גייען נישט אויס שטארק פאר feminine ענערגיע, הערט מען אויף צו עס זוכן אין אומגעזונטע וועגן. ווען מענטשן פילן עס גאנץ אינעווייניג אין זיך, קענען זיי האבן געזונטע relationships. ווען מענטשן פארלאזן זיך אויף זיך אליינס, און פילן פריי צו זיין authentic, שאפן זיי געזונטערע משפחות און קהלות.
און נאך מער פון דעם, נאך א שטיק צייט ווערט די קשר מיט די אינווייניגסטע Anima אזוי שטארק אז ווען מ'זעט Love אדער א פרוי זינגער פילט עס ווי ביי זיך אינעווייניג, ווייל דו שפירסט באמת ווי די וועלט איז סך הכל א משל פון וואס דו האסט אינעווייניג, און וועסט אנהייבן ענדשויען ארט, שיינע מוזיק, פרויען טאנצן, נישט מיט א בליק פון בענקעניש, נאר הנאה האבן פון די זאך אליינס, ווייל ס'דערמאנט דיך פון די אינעווייניגסטע געפילן פון ליבשאפט, ווייכקייט און emotions וכו'.