געבן, פארנעמען, עס איז היינו הך. דו האסט אריינגעטרעטן אין א נושא וואס נישט א שנירל קען עס היילן און אוודאי נישט קיין תגובה. אבער עס איז דא וואס צו טוהן. ווי שוין געשריבן אין די פארגאנגענהייט, יש תקוה, עס איז נישט פארפאלן.
אבער צום ערשט, זייט וויסן עס איז נישט די ליבשאפט וואס פעלט איר צו "געבן", עס איז מער די אהבה וואס פעלט איר צו "נעמען". זי האט עס קיינמאל נישט גענומען ממילא האט זי עס נישט. און אז זי האט עס נישט, ווי קען זי דיר געבן א זאך וואס זי האט נישט? (לויט ווי דו לייגסט עס אראפ). (איינער האט דא פריער דערמאנט
"כמוך")
שטעלט זיך די ערשטע פראגע, פארוואס קען זי די ליבשאפט נישט נעמען?
עס קענען זיין 5 סיבות, אן אריינקריכן צו טיף (אריינקריכענדיג איז נאך אסאך מער).
1. אטעטשמענט (צוגעבינדן), פארוואונדעט, און טראומא. (די 3 זאכן זענען ווי 1 איינס. ווייל עס קומט פונעם זעלבן שורש. פארלאנגט אן עקסטערע שמועס)
2. נידעריגע זעלבסט-ווירדע
3. וואולנערביליטי
4. קאנטראל
5. אומפארענדיגטע ווייטאג (ריזענטמענט)
א יעדע איינס פון די 5 האט א 'דארום' און א 'ווארום'. כדי צו דערגיין וויאזוי עס צו אדרעסירן איז קודם כדאי צו דערגיין אין וועלכע פון די פריערדערמאנטע קאטעגאריעס איז גורם די מדה (זיין/איר) און דאן קען מען בס"ד ווירקן.
לאמיר גיין אין א רייע.
1. אטעטשמענט. ווען א קינד ווערט אויפגעצויגן אין א מיליטערישע ווירטשאפט, אויפשטיין 7:15 זיך לייגן 8:45 מיינט עס אז דארט איז נישט פארהאן קיין פארשטאנד און אימאושענס צו דעם קינד'ס באדערפענישן. ער וועט באקומען אלעס וואס ער דארף האבן צום לעבן און אפי' ברייטערהייט, אבער וואס ער דארף נישט צום לעבן וועט ער דארפן צאלן א פרייז, צב"ש 10 בלאט גמרא, קלינען די קיטשען א וואך אין א צי, (ווער געדענקט די אויפפירונג צעטלעך מיט די סטאר סטיקערס דערויף). אויב איז עס געווארן אויסגעפירט מיט פלייס דאן וועט ער באקומען די בייק וואס אלע זיינע חברים פארן ארום אין די גאס.
וואספארא אפדריק דריקט עס אריין אינעם קינד'ס מוח די מהלך?
איך בעצם, פאר ווער און וואס איך בין, איז נישט ווערד די בייק. אנשטאט די גוי'טע זאל באקומען 50 דאלער פאר'ן קלינען די קיטשען באקום איך עס אין א בייק. אדער, אויב קען איך נישט 10 בלאט גמרא קומט מיר נישט קיין בייק ווייל? אני כשלעצמי, איך פאר ווער און וואס איך בין, איז נישט ווערד קיין בייק! א אינגל וואס קען 10 בלאט גמרא איז ווערד, אז נישט, בין איך נישט ווערד.
דאס מיינט אז די עלטערן מיט'ן קינד האבן נישט קיין שום אימאושענאל קאנעקשאן. א יעדע זאך וואס מען טוהט לטובת פונעם קינד איז א טראנזאקציע.
א שאד ער איז געבוירן געווארן, ער שטערט מיר מיין מנוחה, אדער ער גיט מיר נישט קיין נחת וכדו'. דאס איז נאך א סוד אין דיסקאנעקשאן. די משלים אליינס זענען אזויפיל, וא"א לפורטם כי רבים הם.
ווען א קינד איז דיסקאנעקטעד צו געפילן און לעבט אין טראנזאקציע מאוד איז ער קיינמאל נישט צופרידן פון זיך, ווייל מען איז קיינמאל נישט צופרידן פון איהם. ווי מער ער דעליווערט, אלץ מער דארף ער קענען (ווי אזוי זאגט די רבי אין חדר, יעצט אז דו האסט געקענט די גמ' דארפסטו כאפן גוטע פעטש, אז דו קענסט יא, פארוואס מאכט זיך דא און דארט אז דו קענסט נישט). און ווי אויך אויב האט ער געפעילט אין דעליווערי, איז ער דאך א דורכפאל איז מען דאך ווייטער נישט צופרידן פון איהם, איז ווי אזוי זאל זיין צופרידן פון זיך. (דאס איז נישט קיין נפק"מ אין די דזשענדער, אפי' איך שרייב בלשון זכר).
נאך א זאך אין דיסקאנעקשאן מיט וואס א קינד וואקסט אויף און פארלירט טראסט אין די וואס דארפן איהם ליב האבן און פראטעקטן, איז ווען ער איז אויפגעוואקסן אין אן אינקאנסיסטענד ענווייראמענט. דהיינו, ער איז אראפגעקומען פון באס (מער ווי איינמאל עס האט זיך געמאכט) און בומס, זיין מאמע איז נישט אינדערהיים, און קיינער ענטפערט נישט די בעלל ווען ער קלינגט! און הייבט אן וויינען ביז די שכנ'טע דערבארעמט זיך אויפ'ן קינד און נעמט איהם אריין אין שטוב, ביז זיינע עלטערן קומען אהיים. די מאמע קלינגט הערשט דעם שכן מברר זיין צי זי האט אפשר אריינגענומען איר יואלי'של ווייל זי האט פארגעסן פון איהם. (זיי זיך נישט טועה, איך רעד נישט פון קיין אביוז, איך רעד סתם אז דאס קינד איז א סעקאנדערי אייטעם, און נישט גענוג וויכטיג צו זארגן פאר זיין וואוילזיין). וואס זאגט עס פארן קינד'ס סובקאנטשעס מיינד? איך בין נישט ווערד קיין פיאסטער.
איך קען אזוי שרייבן און שרייבן. הזמן יכלה והם לא יוכלו.
איז וואס געשעט:
1. איך בין נישט ווערד די אהבה (אטעטשמענט)
2. אהבה איז נישט קיין עכטע זאך וואס איך קען זיך פארלאזן דערויף
3. ווי מער מענטש איך בין אלץ מער וועט עס מיר וויי טוהן
4. די מענטשן וואס האבן (דארפן) מיך ליבן וועלן מיר פארלאזן.
און מיט די אפברינגינג וואקסט מען אויף נישט צו ליבן און נישט צו ווערן געליבט. (נישט ליבן און נישט ווערן געליבט איז ווייטער איין שורש. איינער וואס ליבט נישט, ווערט נישט געליבט. וכן להיפך).
איצטערט אז מיר פארשטייען דאס און דאס קען זיין די סיבה פארוואס דו טרעפסט זיך אין אזא מצב קען מען עס שוין אדרעסירן. אבער פאר מען אדרעסירט דאס, לאמיר פארשטיין די עפעקטן און די דעוועלאפמענטס וואס דער געוועזענער קינד / היינטיגער עדאלט האט זיך ערווארבן.
1. דיסטראסט אין איפעקשאן.
פארוואס איז ער/זי גוט צו מיר, וואס גייט מיר דאס קאסטן. דאס איז נישט ווייל איך בין באליבט באהבה שאינה תלויה בדבר. עס קען נישט זיין, עס עקזיסטירט דאך נישט.
2. אימאושענאל שאטדאון.
אנשטאט באקומען די הרגשה פון אפענקייט און געשמאק ווען מען שפירט יא די ווארעמקייט און די קאנעקשאן, וועלן די מענטשן ווערן נאמב, נערוועיז, און אפי' אויפגערעגט.
3. סאבאטאזש אין מערידזש (אינטעמעסי)
זיי וועלן זיך פיזיש, און גייסטיש זיך אנטזאגן פונעם ב"ב אן קיין שום אנגעזעענע סיבה.
4. אן אוואוידענס ביהעיווער.
זיי ווערן אריינגעטון אין זיך, ווערן ביזי מיט זיך אליינס רוב צייט פונעם ליבן טאג. פרובירן זיך צוריקצוהאלטן פון רעדן סתם דברים של מה בכך מיט'ן מאן/ווייב כדי נישט אריינצוגיין אינעם טרעפ פון אימאושענס/איפעקשאן. זיי וועלן זיך אליינס אן עצה געבן מיט כל מה שביכולתם, למשל פרובירן ווי ווייניגער צו עסן נאכטמאל אין שטוב, די ווייב זאל ח"ו אריינפאקן פרישטאג, ער וועט זיך ענדערש קויפן א סענדוויטש אין גראסערי ווי איידער זי זאל איהם אנגרייטן, וכו'.
און ע"כ ווי אזוי גיב איך זיך אן עצה? העי, ביסט נאך נישט פערטיג מיט'ן פראבלעם. עס גייט נאך ווייטער. וואס מען האט אויסגעשמועסט ביז אהער איז נאר איין סיבה פון די 5.
דער ענטפער איז אין דיר, א יעדע פאל איז אנדערש.
אבער די ערשטע סטעפ צו העלפן איז אינדענטיפיצירן, דאן קען מען גיין ווייטער מיט געוויסע מהלכים. איינע פון זיי איז אן אינטערסאנטער טעראפי וואס רופט זיך EMDR. מען קען עס נאכקוקן
דא. אולי וועל איך נאך שרייבן דערוועגן עט סאום פוינט.