א חתונה פאר צוויי וועלטן

ליפא איז געווען געבויקאט ווען מ'האט געשפירט שנאה צו אונזער רעליגיע.
שרולי איז א וואוילער דאאד, ער זינגט ווי ער ווערט געהייערט.

אונז זענען אקעי אז מענטשן טוען עבירות, פון רעדן לשון הרע ביז האקן זונות, ווילאנג זיי זענען פון אונזערע. שרולי קוקט מיט א גוט אויג אויף די פרומע און דאס איז גענוג.
שרולי איז א נייע שטערן, איך רעד פון געהעריגע היימישע חתונות.
ימים ידברו.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נע איך האלט נישט אז ס'גייט עפעקטן שרולי'ס זשאבס, זיינע פענס גייען נאכאלץ פאר אים. אין די זומער זינגט ער אויך געמישט אויף די פעסטיבל שבתים מיט נאקעטע מוידן, עס האט אים נישט געשאדט.
ער האט געזינגן א טאג נאכדעם אין ישיבת אורייתא אין ארץ ישראל און דער ראש ישיבה הרב שפר האט עם גאר אנגערופן א צדיק.
 
עס איז אן אנדערע וועלט היינט. ווען ליפא הייבט אן זיין קאריערע היינט וואלט ער מסתם נישט דורכגעגאנגען וואס ער איז דורגעגאנגען.
אפילו די וואס מען אסר'ט שוין יא, איז עס רבנים מער ווי זינגער, און זיי גיייען אן ווייטער.

קען גאר זיין אז ליפא איז צו פארדאנקען די היינטיגע אפנקייט. ווי נישט ווי האט ער געבראכן אסאך דיקע אייז, און געעפענט די וועג פאר אלע שפעטערע זינגער.
 
אין אמעריקע איז עס א שטיקל חידוש

בכלל די קאנטרעסט אנהייב און צום סוף איז זייער שטארק

אנפאנג פולי פולי רעביש

+ א היימישע זינגער (און זינגערין....)
דער חתן פלעגט אלץ קומען צום דעם זיידן, א חשוב'ער רב אין ווילי -רופט זיך זידיטשוב'ע רבי- (דער טאטע איז יצא בשאלה פון שנים קדמוניות), ער איז נישט יוצא בשאלה נאר ער האט געוואלט דאס אויכעט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז אן אנדערע וועלט היינט. ווען ליפא הייבט אן זיין קאריע היינט וואלט ער מסתם נישט דורכגעגאנגען וואס ער איז דורגעגאנגען.
אפילו די וואס מען אסר'ט שוין יא, איז עס רבנים מער ווי זינגער, און זיי גיייען אן ווייטער.

קען גאר זיין אז ליפא איז צו פארדאנקען די היינטיגע אפענקייט. ווי נישט ווי האט ער געבראכן אסאך דיקע אייז, און געעפענט די וועג פאר אלע שפעטערע זינגער.
וואס דען? דארף דען ביי א זינגער בודק זיין די ציצית? ער איז א שכיר יום - עס לאנג אז ער זינגט וואס מען באשטעלט איהם איז קיינמאל נישט געווען א פראבלעם. ביי ליפא האט זיך עס קאמפליצירט ווייל ער האט געוואלט מסדר זיין א וועניו פון קאנצערט אין מעדיסאן סקווער גארדען און ער האט רעקלאמירט דירעקט צום חסידישן עולם איז געווארן א הו הא.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
און ישראלי טוט דאס אגב בעפאר ער איז געווארן אזוי פאפולער ביי די חסידים. דארף ער איצט אויפהערן צוליב דעם?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
שעפעלע די געלט ליגט ביי די חתונות אין וויליאמסבורג און קרית יואל, ערגעץ אנדערש קען ער קיין געלט נישט מאכן!
זעט אויס די פארגעסט ווען כלל ישראל האט געבויקאט ליפא שמעלצער וואס ער איז געווען כמעט האומלעסס...
פאפ סטאר מיי עסס.. אין תחות אפשר...לול
קודם איז ער מער ארטיסט ווי ביזנעסמאן, ער זאגט ער איז נישט דא פאר געלט, אזוי האב איך פארשטאנען פון זיינע פאדקעסט אויפטריטן, טראגסטו סתם איבריגע דאגות אין לעבן וואס פעלט נישט אויס. איי מיען, ער זינגט שוין פון די 16-17, ער איז נישט היינט אריין אין די ליין, ער איז געווען אין אפאר choirs און סאלא פאר יארן, און אלעמאל געהאלטן א דזשאב. ליפא האט קיינמאל נישט געהאט עפעס אנדערש, ביז ממש סוף ווען ער האט אויך געטוהן אמעריקעיר וואו ער האט געזינגען פאר אלטע מענטשן מיט א האום קעיר פראגרעם, סא וואס האקסטו אין קאפ?

צווייטנס, ליפא איז געווען ווי מיר, ער איז געגאנגען קעגן די קאמיוניטי און פארקויפט פראגרעסיוו זאכן און נייע פערספעקטיוו'ס זייער פובליקלי, וויאזוי צו טראכטן while ווילנדיג זיין אין די אויבנאן. שרולי איז ממש נישט אזוי, אוודאי וויל ער מער אויפפיקן אבער ער איז אפיציעל א non-conformist. ליפא האט אנגעהויבן גאר חסידיש און זיך גערוקט, ממילא האט מען אים אלס געדזשאדשט אלס די סקווירא "ליידיגייער" און ער האט געדארפט מער בעלענסן אייביג ווייל יעדע ווארט וואס ער האט געזאגט איז אנגעקומען אין אלע גרופעס און געמאכט העדליינס אין איזראעל וואס דארט איז דאך די פאנאטישקייט אויף נאך א גרעסערע פארנעם. פוינט איז, מ'קען נישט פארגלייכן. ליפא איז געווארן אזוי גרויס, זייער שנעל און ביי רוב קרייזן, ליפא איז געווען א חסידישע מיילי סיירעס, פון א קינד אויף דיזני געווארן ריזיג, ליפא האט געהאט די געלט היט און האט אויפגעריסן אין 2-3 יאר...

ס'איז א אנדערע וועלט היינט.
 
ליפא האט אנגעהויבן גאר חסידיש און זיך גערוקט, ממילא מ'האט אים אלס געדזשאדשט אלס די סקווירא "ליידיגייער"
אגב
שרולי איז אויך פון סקווירא, און איז אויך געווען שטארק חסידיש אין די ווערי בעגינינג
 
כקען עס שוין נישט זעהן אבער מען האט עס געקענט זעהן אויף דעי אקאונט, דער משפיע כלומפרש האלט אינאיין מאכען דעי נייט קלוב אקטיוועטיס
Login • Instagram
נאר אזאכע משפיעים, איך מיין @שעפטאל וועט מודה זיין אז ער איז אקעי :LOL:.

איינער האט עני אינפאו אויף אים? וואס איז זיין מישען? זיין אינסטעגרעם איז 🔥
 
אייוועלט איז ארויס פון קאנטראל. איינער דארף מאכן סדר דארט.
1000543728.webp

1000543727.webp

1000543726.webp

1000543725.webp

1000543724.webp
 
אלץ רב איז דער פארמעקטער אייוועלט אשכול געקומען צו מיין טישל צו וויסן אויב כ'זאל ארויס גיין בחרב וחנית אדער זיך מאכן ווי איך ווייס נישט.

דא זעהט מען אביסל פונעם דעת תורה לכאן ולכאן

1000283281.webp
1000283280.webp
1000283279.webp
1000283278.webp
1000283277.webp
1000283276.webp
1000283275.webp
1000283274.webp
1000283273.webp

1000283272.webp


כ'מיין אז א גרויסער מחאה און רוף צו בויקאטן איז נישט גענוג, מ'דארף בויקאטן די וואס ניצן אים נאכן בויקאט.

פון די אנדערע זייט מיין איך מ'זאל עס לאזן פארגעסן ווערן, ס'איז דא א ציבור וואס ווייסט נישט דערפון און זיי דארפן נישט געוואר ווערן.

כ'האב מורא אז ס'וועט נאך קומען טעג וואס מ'וועט זוכן א שומר תורה ומצות וועט מען גיין צו די פייוו טאונס אידן וואס האבן נישט געניצט קיין טעראר צו אנהאלטן אידישקייט.
 
איך האלט אז די בעסטע איז טאקע צו בויקאטן יעדער וואס נוצט עם, ווייל דאס וועט נאר ארבעטן אויף פארקערט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
קרעמל איז די פראבלעם דא, די אלע פרומע קומען ארויף דא זוכן פרישע איסורים און לויפן אויף אייוועלט מיט קראקעדייל טרערן אז מ'דארף דאס און יענץ אסר'ן.

ווען מ'רעדט נישט דא פון די חתונה, וואלט איינער פון אייוועלט געטראכט אז מ'זאל אים בויקאטירן?

דא ברענגט מען ארויס מיט אלע זאפט ווי גוט ער טוט אז ער זינגט דא און דארט, און קיינער זאגט אים נישט גארנישט,

רבותי, די פרומע חברה קענען דאס נישט דערליידן!

מיר אלע דא רעדן פארשלייערט אונטער א ניק, ס'איז דא גרויסע פאטענציאל אז דאס וואס אונז שמועסן דא קען האבן אן אפעקט אויף א מענטש'נס לעבן.

ס'איז א פראבלעם. קיין אנונג פון א סעלושען, מ'דארף נזהר זיין 🤷🏼
 
קרעמל איז די פראבלעם דא, די אלע פרומע קומען ארויף דא זוכן פרישע איסורים און לויפן אויף אייוועלט מיט קראקעדייל טרערן אז מ'דארף דאס און יענץ אסר'ן.

ווען מ'רעדט נישט דא פון די חתונה, וואלט איינער פון אייוועלט געטראכט אז מ'זאל אים בויקאטירן?

דא ברענגט מען ארויס מיט אלע זאפט ווי גוט ער טוט אז ער זינגט דא און דארט, און קיינער זאגט אים נישט גארנישט,

רבותי, די פרומע חברה קענען דאס נישט דערליידן!

מיר אלע דא רעדן פארשלייערט אונטער א ניק, ס'איז דא גרויסע פאטענציאל אז דאס וואס אונז שמועסן דא קען האבן אן אפעקט אויף א מענטש'נס לעבן.

ס'איז א פראבלעם. קיין אנונג פון א סעלושען, מ'דארף נזהר זיין 🤷🏼
האסט א פראבלעם אויב (פרימע) [אויפגעקלערטע] קומען דא?...
 
האסט א פראבלעם אויב (פרימע) [אויפגעקלערטע] קומען דא?...
נע, אדרבה זאלן זיי א בליק טון אויפן וועלטל און זיך די קעפל געבן אן עפן!

ס'איז אבער דא די פּאר וואס קומען אהער נאר צו שמעקן וואס מ'קען פריש אראפרייסן און אסר'ן, די חברה וועט קיין כף הקלע נישט העלפן, זיי זענען דא פאר פול Sharia Law.
 
Back
Top