קרעמל איז די פראבלעם דא, די אלע פרומע קומען ארויף דא זוכן פרישע איסורים און לויפן אויף אייוועלט מיט קראקעדייל טרערן אז מ'דארף דאס און יענץ אסר'ן.
ווען מ'רעדט נישט דא פון די חתונה, וואלט איינער פון אייוועלט געטראכט אז מ'זאל אים בויקאטירן?
דא ברענגט מען ארויס מיט אלע זאפט ווי גוט ער טוט אז ער זינגט דא און דארט, און קיינער זאגט אים נישט גארנישט,
רבותי, די פרומע חברה קענען דאס נישט דערליידן!
מיר אלע דא רעדן פארשלייערט אונטער א ניק, ס'איז דא גרויסע פאטענציאל אז דאס וואס אונז שמועסן דא קען האבן אן אפעקט אויף א מענטש'נס לעבן.
ס'איז א פראבלעם. קיין אנונג פון א סעלושען, מ'דארף נזהר זיין